דאנערשטאג חיי שרה • כ' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת, גלה כבוד מישראל: בצער רב ווערט אויפגענימען די שווערע בשורה איבער די פטירה פון האי גאון וצדיק רבי אהרן זאב מאליק זצ"ל אבד"ק סאמבור פון וויליאמסבורג וואס איז די נאכט נסתלק געווארן אין עלטער פון ניין און זיבעציג יאהר.
פארגאנגענעם זומער איז דער רב געוועהן פארמישט אין א שרעקליכע עקסידענט אויף די ניו יארק סטעיט טרואוועי אויפן וועג פון מאנסי קיין קרית יואל, דער רב איז קריטיש פארוואונדעט געווארן אין די עקסידענט, און אין די נאכפאלגנדע חדשים האט ער זיך שטארק געמוטשעט אין געזונט כאטש עס האט אויסגעזעהן אז דער מצב גייט צו בעסערונג.
דער רב זצ"ל איז געוועהן א זוהן פון הרה"ח המפואר ר' בנציון מאליק ז"ל נין ונכד להרה"ק רבי משה מסאמבור זי"ע, און אן איידעם ביי הרה"ח המפורסם רבי יוסף סאקס ז"ל, ער איז געוועהן א תלמיד חכם עצום אין פון די חשובע רבנים אין שטאט וויליאמסבורג.
די לוי' גייט ארויס היינט בשעה 10:00 פארמיטאג פון ביהמ"ד קהל אהרן זאב סאמבור אויף 205 וואלאבאוט סט. אין וויליאמבסורג און ארום 1:00 מיטאג ביים ביה"ח אין קרית יואל וואו דער רב זצ"ל וועט קומען למנוחות עולמים.
Kommentare