top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' ויקהל • כ"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א אין א טעלעפאנישן געשפרעך מיט האד’ מסאטמאר תיכף ביים אהיימקומען פון שפיטאל איבער די תשובת שבט הלוי וואס מען האט דורכעטוהן ביים ביקור חולים באזוך פונעם רבי'ן שליט"א ביים דיין אין שפיטאל עטליכע טעג פריער.


המשפיע הרב יוסף יצחק דזשעקאבסאן אויף א באזוך די וואך ביי האד' מנאראל בבית האכסניא אין בארא פארק וואו די רבי האט דערציילט שיינע זכרונות פון הרה"ק מהריי"צ מליובאוויטש זצוק"ל.

הגה"צ רבי ליפא טייטלבוים אב"ד בית אהרן האט פאריגע וואך זוכה געוועהן אונטערצופירן צוויי אייניקלעך אונטער די חופה, די ערשטע חתונה פון הכלה א טאכטער ביי חתנו הגה"צ אב"ד סיגוט בן האד' מסאטמאר (מהר"א) אין די צווייטע חתונה פון נכדתו הכלה וואס איז אויך א אייניקל ביי האד' מסאטמאר (מהרי"י). אינעם בילד ביי א שבע ברכות מיט ביידע חתנים.


ביים שמחת השבע ברכות די וואך בבית העסקן הרב ר' יוסל ראטטער אין מאנסי האט 'קרישקעס' באמערקט הגה"צ ר' דוד שלמה ראזנבוים אב"ד קרעטשניף ירושלים בן האד' מקרעטשניף ירושלים, אין הגה"צ ר' יחזקאל שרגא ראזנבוים אב"ד קרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג בן האד' מקרעטשניף סיגעיט.


ווען צוויי אדמור"ים גייען די זעלבדע בעקיטשע ביי א רבי'שע שמחה...


די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א הרה"צ רבי אהרן מענדיל, הרה"צ רבי יצחק, אין חתנו האד' מראחמיסטריווקא מאנסי ביים מנחם אבל זיין הרה"ח ר' חיים אלעזר בראנסדאפער שליט"א אין מאנסי על פטירת אחיו ע"ה.


נחת דקדושה • האד' מסאטמאר ביים וואונטשן נכדו הינק זוהן פון זיין זוהן הגה"צ רבי חיים צבי טיילטבוים אב"ד סיגוט, ביי די חתונה הגדולה די וואך אין וויליאמסבורג.


בנאות דשא • מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אויף א שפאציר אין נתניה וואו די רבי וויילט די טעג אויף אפרוה.


האדמו"ר מסקולען ירושלים אויפן פליגער קיין ארץ ישראל נאך א קורצע באזוך אין ניו יארק.


די רבי אין א שמועס מיט הרב משה יוסל צימענט משב"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.


האד' מטאהש האט 'קרישקעס' באמערקט אינעם מנין מעריב פון האד' מסאטמאר איידער די שמחת החתונה פון א אייניקל די וואך אין וויליאמסבורג, וואו די רבי איז געקומען אפגעבן מזל טוב פארן זיידן די סאטמאר רבי.


צווישן די פילע לומדים ביי די בארימטע יערליכע "ש"ס-ע-טאן" דורך די "עי טיים" ארגאניזאציע האט 'קרישקעס' באמערקט הרה"ג ר' אפרים וואקסמאן ראש ישיבת מאור יצחק פארטיפט אין די גמרא.


האד' מתולדות אברהם יצחק ביים סעודת שלישי למילה פון א איר אייניקל, נאכדעם וואס די רבי האט זיך נישט געקענט משתתף זיין ביים ברית די וואך בצל הקודש פון מחותנו האד' מצאנז - צוליב א חולשה.


האד' מראחמיסטריווקא אוקענוויין ביים עוסק זיין בתורה וויילענדיג אין שטאט טאראנטא לטובת מוסדותיו.


הרה"ג רבי חננאל שרארה מרבני עדת תימן אויף א באזוך ביי כ"ק האד' רבי יאשיהו פינטו שליט"א אין מאנהעטן.


כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א ביים אנגרייטן די ערב תבשילין דעם פארלאפענעם ערב שבת אין שטאט קראקא פולין, ביים מסע התרוממות צו די קברי אבות אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים.


הגה"צ רבי חיים מאיר קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק ביתר באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א לקראת די חתונה פון א קינד.


האד' רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא אין א שמועס מיט נאמן ביתו העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין במעונו אין מאנהעטן.


די בעל מנגן הרב מרדכי ווערדיגער לאנג יעריגער תושב סיגעיט ביי לוי' די וואך פון הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל.


כ"ק אדמו"ר מסאטמאר, הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק, אין הגה"צ אב"ד זענטא ביים מנחם אבל זיין די שוואגער הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל נאכן מסע הלוי די וואך פון אחיו הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל.


א שיין בילד פון האדמו"ר מזוועהיל שליט"א מיט אן אייניקל ביי א משפחה שמחה די וואך.


הרב שמחה קרקובסקי ביים מזכיר זיין די תורמים פונעם הכנסת אורחים אין ליזענסק ביים מעמד התפילה דורך האד' מראחמיסטריווקא אויפן ציון הק' בעצם יומא דהילולא פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.


הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן מגדולי מחזירי תשובה בדורנו ביים ציון הק' פונעם הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע אין די טעג ארום די יארצייט, ווערט געזעהן אחיו העסקן הרב יענקל גראסמאן.


הגה"צ רבי ישראל ברזובסקי אב"ד סלונים ביתר ביי א שבע ברכות די וואך פון א אייניקל ביי האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק בביתו נאווה קודש.


די חבורה פונעם סאטמאר מצה בעקעריי אין וויליאמסבורג אויף א תפילה ביי ציון הק' פונעם הייליגן תוספות יו"ט אין קראקא, העסקן הרב אייזיק דאסקאל איז מעורר דעם ציבור מיט דברי התעוררות.


העסקן הרב יצחק ברוך שפיטצער אין א שמועס מיט האד' ממחנובקא בעלזא אינעם לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל.


צווישן די טויזענטער אידן וועלכע האבן דעם כ"א אדר פוקד געוועהן דעם ציון הק' פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע אין ליזענסק האט 'קרישקעס' באמערקט העסקן הרב מאיר פרוש מיט זיין זוהן הרב ישראל פרוש געוועזענער מעיאר פון שטאט אלעד.


הרה"צ רבי דוד צבי קאהן אב"ד תולדות אברהם יצחק בית שמש בן האד' מתוא"י איז מתפלל ביים מתחם כהנים אויפן וויז'ניצער בית החיים אין בני ברק ביומא דהילולא פון הרה"ק בעל 'ישועות משה' מוויז'ניץ זיע"א.


ערב די הילולא קדישא אין ליזענסק האט 'קרישקעס' באמערקט הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א אויף א תפילה ביים ציון הק'.


האד' מסאטמאר ביים שמחת הברית מילה לבן הנולד ביי הנגיד ר' יואל ישראל זופניק זוהן פון הרבני הנגיד ר' משה שמואל זופניק, אינעם קוויטל שטוב בביתו נאווה קודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.


הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר בן האד' מגור אויף א תפילה די וואך ביים ציון הרשב"י אין מירון.


ספעציעלע דעזעגנירטע פעלצער ביים פורים שפיל בחצר הקודש סקווירא פאר די חסידים נדיבי לב וועלכע וועלן זיך משתתף זיין פאר די הוצאות פונעם פורים שפיל.


הרב ישראל משה שפיטצער מאיער פון שיכון סקווירא אין זיין שטאב, מיט א ברכת תנחומין פאר רבו האד' מסקווירא נאך די פטירה פון די רעבעצין ע"ה.


האד' מקוזמיר האט 'קרישקעס' באמערקט עוסק זיין בלימוד התורה אין שיינער'ס בית המדרש אין מאנסי.


מודעה אין אויפוואכונג פאר די בחורים בחצר הקודש באבוב מכבד צו זיין די עלטערע ולמען הסדר הטוב.


האדמו"ר מאלכסנדר ביים פארלאזן די כותל המערבי די וואך נאך א תפילה.


‏"ותחזק את לבבנו באהבה אליך" האד' מקאליב טרעט אויף מיט א דרשת חיזוק לרגל די הילולא פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זיע"א אין ישיבת 'נחלת ישראל' אין מגדל העמק.


א ברכת מזל טוב פאר הרב ר' שלמה זלמן קאלאדני הי"ו משב"ק אדמור"י סקווירא מב"פ, לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה בשעה טובה ולמזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הרב שמחה אייכענשטיין בארא פארק אסעמבלימאן, לרגל די שמחת הבר מצוה לבנו ני"ו, אינעם בילד ביים תפילין לייגן ביי האד' מסערדעהאלי.


bottom of page