top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מחיל אל חיל: שמחת הבר מצוה פון נכד האד' מוויזניץ געפראוועט מוצאי שושן פורים

  • 13false30 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' ויקהל פקודי • י"ט אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטער

בחצר הקודש וויזניץ אין בני ברק איז די ימי משתה ושמחה פון יום טוב פורים נמשך געווארן מיט א שמחה אינעם רבינס הויף, די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א הבחור הבר מצוה מר משה יהושע ני"ו א זון פון חתנו חביבו הרה"צ רבי ברוך האגער שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען מוצאי שושן פורים אין ביהמ"ד הגדול מרכז חסידי וויזניץ אין בני ברק, וואו די חסידים האבן מיטגעהאלטן די שמחה בבגדי שבת ויום טוב. 


נאך אונטערן רושם פונעם געהויבענעם פורים העעל"ט האט מען געזונגען פילע ניגוני יום טוב פורים און נאך פרייליכע ניגונים. אינצווישן האט דער רבי פארגעזונגען די וויזניצער אודה חזן וקהל און משמיע געווען דברות קודש, וואו דער רבי האט געוואנדן זיינע ווערטער דירעקט צום בר מצוה בחור, און איבערגעגעבן הדרכות ישרות צו גייען אינעם אויסגעטראטענעם וועגן פון די אבות הקדושים. 


דערנאך איז דער רבי געטאנצן א ריקוד נלהב מיטן בר מצוה בחור, און באזונדער מיט חתנו הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א און זיינע קינדער, און דאן מכבד געווען די משפחת המלוכה צו טאנצן מיט בר מצוה בחור. 


דער רבי שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס און מכבד געווען דער בעל שמחה הרב ברוך מיט די שבע ברכות לכבוד עטליכע חתנים ביים טיש. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דעם רבינס איידעם הרב נחום יואל האלפרין שליט"א.


היינט זונטאג אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת הבר מצוה בצל קדשו פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אין רמת וויזניץ חיפה, און דעם קומענדיגן דינסטאג כ"א אדר וועט פארקומען די מעמד הנחת תפילין אין די וויזניצער הויף אין בני ברק.



תגובות


bottom of page