קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- Bechatzros admin
- לפני 10 שעות
- זמן קריאה 9 דקות

דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש
שיין בילד פון האדמו"ר משומרי אמונים ביי תפילת מנחה אויפן באס זייענדיג אונטערוועגנס בעת דער מסע הקודש וואס דער רבי האט אונטערגענומען צו די קברי הצדיקים אין פוילין.

האדמו''ר מגור שיקט אפ א ספעציעלע מתנה זיין אייגענעם בעכער, אין וואס ער האט קידוש געמאכט די לעצטע עטליכע יאר, פאר הטפסר המרומם ר' יואל לאנדא הי"ו לכבוד די חתונה פון זיין זון.
די וואך ביים באזוך פון האדמו"ר מתולדות אהרן ביי המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א אין טבריה האט דער מקובל געשאנקן א מתנה פארן רבי'ן א זילבערנע שטעקן אלס צייכן פון זיין טיפע הערצה און חיבה יתירה צום רבי'ן.
הגאון רבי דוד שוסטל מראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד מערקט "קרישקעס" אויף א פריוואטן פליגער אהיים קיין אמעריקא נאכן באשיינען א רייכן באנקעט לטובת די כולל אברכים אין מיאמי ביעטש פלארידא, וואו דער בעל מנגן ר' דובי מייזעלס האט אויפגעזינגען ניגוני דביקות, בעת דער ראש הישיבה ווערט אריינגעשלעפט אין א קאכעדיגן מצב.
הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי ספינקא ביים מיטטיילן מיט די משתתפים אין זיין שיעור, איבער דעם געהויבענעם שבת וואס ער האט געהאט די זכי' מיטצוהאלטן בצילו פון האדמו"ר מטשערנאביל אין דאבוס שווייץ, זייענדיג נאך אונטערן טיפן איינדרוק פונעם רבינס הייליגן הנהגה כחד מצדיקי קמאי.
כדבר איש אל רעהו: מחזה הוד ביים יארצייט טיש פון הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע בצל נכדו האדמו"ר מלעלוב פון אמעריקא וואו דער רבי האט פארפירט א שמועס מיט איינע פון די משתתפים ביים טיש וואס האט נאך געהאט די זכי' זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש פונעם בעל ההילולא.
אין א סעריע פון שאלות ותשובות וואס איז אפגעהאלטן געווארן לקראת די ועידת החינוך השנתית דורך "מרכז האזינו" האט מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א איבערגעגעבן זיין קלארע שטאנדפונקט אנבאלאנגט די יעצטיגע מצב איבערן "חק הגיוס" וואס איז עומד על הפרק, און דערביי געלאזט הערן זיין חוות דעת אנבאלאנגט זיך משתתף זיין ביי הפגנות אקעגן די גזירת הגיוס.
האדמו"ר מדזיקוב וויזניץ באזוכט אין בארא פארק ביי האדמו"ר מסקאליע וועלכער האט געצייגט פאר'ן גאסט, די
וואונדערליכע לולקע ציבע' פון זקינו הרה"ק בעל אמרי ברוך מסקאליע זי"ע, וועלכע פארמאגט נאך א גערוך פון פייער ביז צום היינטיגן טאג.

האדמו"ר מלעלוב ערשיינט צום רייכן דינער לטובת די אויפבוי פונעם ביהמ"ד החדש דחסידי לעלוב אין רמה ד' בית שמש, ווערנדיג אנטפאנגען בשירה וזמרה.
הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא אויף א באזוך נעכטן במעונו פון ש"ב האדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל.
גאב"ד סאטמאר בארא פארק אין א ריקוד ביים שבע ברכות פון א אייניקל ביי גיסו האדמו"ר מסאטמאר, פארגעקומען דעם מוצאי שבת העעל"ט אין אלעסקער ביהמ"ד אין בארא פארק.

ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א איז אריינגעטוהן אין לערנען בשעת'ן אויסווארטן די גדולי ישראל צום היסטארישן אסיפה איבערן חוק הגיוס.

חתני דבי נשיאה: האדמו"ר מתולדות משה בשעת'ן באזוך די וואך בהיכל הכולל ווערט געזען זיך מפלפל זיין אין לערנען מיט זיינע איידעמער די חברי הכולל הרב שמעון שבתי פוקס און הרב משה שטערן.

שלא שינו את לבושם: אויסצוג פונעם טעגליכן שיעור דורכן מגיד מישרים הרה"ג ר' אלעזר ניסן רובין שליט"א איבער די לעצטיגע "בעקיטשע" סאמאטוכע.
האדמו"ר מסאטמאר איז מעיין אינעם נייעם ספר "שפע יואל" וואס אנטהאלט הונדערטער הדרכות און הוראות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט איבערגעגעבן במשך השנים, ביי א שבע ברכות די וואך פון החתן זון פון הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו מוציא לאור פונעם ספר.

דעם דינסטאג איז האדמו"ר מסקולען אפגעפלויגן אויף א בליץ באזוך פון עטליכע שעה קיין מאנטריאל קאנאדע מנחם אבל צו זיין ביי די אבלים קינדער פון המנוח הרה"ח ר' יצחק בערגער ע"ה לאנג יעריגער גבאי נאמן אין ביהמ"ד מאור הגולה אין מאנטריאל און נאנטע מקורב ביי אביו הגדול כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל בעל ישועת יעקב, וואס איז נפטר געווארן דעם אנהייב וואך.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג מערקט "קרישקעס" די וואך ביים לוח מודעות אין ביהמ"ד קראלי אין וויליאמסבורג, נאכן זיך אומקערן פונעם באזוך אין ארץ ישראל.

די אכסניא פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא הערליך שיין באצירט לכבוד דעם געהויבענעם באזוך.

הגאון רבי יצחק זאב סולובייציק ראש ישיבת בריסק באזוכט ביים פעטער דער פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א איינצולאדענען צו די חתונה פון א קינד.

האדמו"ר מקראלי אויף א באזוך אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' דוד עקשטיין הי"ו פרעזידענט דקהל יטב לב אין קרית יואל, נאכן פראווענען א געהויבענעם שבת אין שטאט.

הרה"ח הישיש ר' מרדכי'לע וועבער שליט"א משב"ק ביי הרה"ק מבעלזא זי"ע רעדט מיט נאסטאלגישע געפילן איבער די היסטארישן סטענדער און בענקל פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע וואס געפונט זיך אין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא, פארעפענטליכט לקראת דעם בעפארשטייענדע מגבית לטובת דער קרן עולם התורה דחסידי בעלזא.
האדמו"ר מניקלשבורג בארא פארק באגריסט הרה"צ ר' אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א ביי א שמחה די וואך.

גאב"ד אנטווערפען ומלפים אבד"ק אלכסנדר אנטווערפען מערקט "קרישקעס" אינעם לוטפעלד אין בריסל בעלגיע אינאיינעם מיט הגה"צ רבי שלום גרינפעלד אבד"ק אלכסנדר אנטווערפען, אויפן וועג קיין פוילין מיטצוהאלטן דער מסע הקודש דורך האדמו"ר מאלכסנדר צום הילולא פונעם הייליגן ישמח ישראל מאלכסנדר זי"ע.

אין די טעג האט הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד אויפגענומען א פערזענליכע מזכיר ה"ה הרב ברוך ראובן שטיין הי"ו פון די חשובע חברי הקהילה אין אלעד.

שמחה גוררת שמחה: שיין בילד פון האדמו"ר מסאטמאר ארומגענומען מיט תלמידים ביים פארלאזן די מתיבתא אין קרית יואל מלובש בבגדי שבת לרגל די ימי השבע ברכות נאך די חתונה פון א אייניקל, נאכן באשיינען די שמחת קישור החיתון לרגל די שידוך שליסן פון נאך א אייניקל בשעטומ"צ.

האדמו"ר מבאבוב אין א שמועס מיט העסקן הרב ברוך הימל מנהל ומייסד ארגון רפואה וחיים אין ארץ ישראל, במקום הנופש אין מיאמי פלארידא.

מנהג ישראל תורה: האדמו"ר מפינסק קארלין ווערט געזען שפילן אויף א זילבערנעם שאך פארגאנגענעם דינסטאג נאכט ליל ניטל צוזאמען מיט הרבני הנגיד ר' יעקב שוויממער הי"ו, אין זיין שטוב אין וויליאמסבורג.

האדמו"ר ממיאלען ביים זאלצן די פיש כמנהג אבותיו, זייענדיג צוגאסט אויף שבת אין פייוו טאונס לטובת מוסדותיו.
הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא ביים פארלאזן דעם ביהמ"ד המרכזי דחסידי בעלזא אין מאנטריאל נאכן מעמד קבלת פנים בבואו לחון את פני העיר.
האדמו"ר מסאטמאר ערשיינט צום שמחת השבע ברכות די וואך בבית הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו אין וויליאמסבורג.
האדמו"ר מקאליב ארה"ק טרעט אויף מיט א דרשת חיזוק אויף ענגליש אין איינע פון די מוסדות התורה אין שיקאגא וואו דער רבי איז צוגאסט די טעג לטובת מוסדותיו.
ומבני יששכר יודעי תרוע"ה: הרב פינטשע פאמפ מנהל הכנסת אורחים אין דינוב פוילין ביים בלאזן שופר לעורר רחמי שמים, בעת דער עלייה לציון הק' ביים יומא דהילולא פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע ח"י טבת אין די שטאט דינוב.

אייגנארטיגע ניטל פראגראם אין ביהמ"ד באבוב 45 אין ירושלים צוגעשטעלט פאר די בחורי הקהילה.

הרה"צ רבי אברהם מרדכי אלתר שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מגור ווערט געזעהן ביי תפילת מנחה ערב שבת בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' משה עקשטיין הי"ו אין די מאנטיבעלא געגנט אין מאנסי.

האדמו"ר מזוועהיל קוקט זיך אום אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין די אוקענוויין געגענט אינאיינעם מיטן פעטער האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין, נאכן וויילן איבער שבת אין לעיקוואד.

הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מסקווירא פארלאזט דעם אהל הק' פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע אין ליזענסק בעת א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע די וואך.
צענדליגער מאטראצן פארנט פונעם אלטן סאדיגורא קלויז אין תל אביב צו קענען פלאצירן די געסט וואס זענען געקומען צופארן פון אויסער די שטאט מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל האדמו"ר מסאדיגורא.

הרבני הנגיד ר' מאיר פישל הי"ו פון לעיקוואד ערהאלט א ספעציעלער תעודה פון קלף, בחתימת יד קדשו פון רבו האדמו"ר מאלכסנדר, ביים מלוה מלכה און סיום מסכת זבחים דורך די משתתפי השיעור פונעם וועלט בארימטער מגיד שיעור ר' אלי' סטעפאנסקי הי"ו פארגעקומען דעם מוצאי שבת אין סטעמפארד קאנעקטיקוט.
הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש דינט אלס כהן הפודה ביים שמחת פדיון הבן פון א אייניקל ביים שוואגער האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג פארגעקומען אין ירושלים.

מים רבים לא יוכלו לכבות: המשפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב איז מתפלל אויפן ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע אונטערן שלאקס רעגן.
גאב"ד מאקאווא באגלייט ארויס תלמידו החביב הגה"צ אבד"ק פאפא מאנסי נאך א באזוך במעונו אין קרית אתא.

העסקן הרב שמחה קרקובסקי משב"ק אדמור"י בית לעלוב ויושב ראש הכנסת אורחים ליזענסק ערהאלט ברכת קדשו פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא בעת סעודת רעוא דרעוין פאריגן מוצאי שבת פ' שמות אין בני ברק.

דער בעל מנגן הרב יעקב שלמה גראס הי"ו ראש המדריכים אין מחנה זרע אברהם קראלי בקודש פנימה ביי האדמו"ר מקראלי מיט זיין נייע אלבום "חסידיש קווייער - א נאכט מיט חסידיש" וואס איז די וואך ערשינען.

האדמו"ר מסאטמאר וואונטשט לחיים פאר הרבני הנגיד ר' מענדל שווימער ראה"ק סאטמאר קרית יואל ביים חתונה הגדולה פארלאפענעם וואך.

הרה"צ רבי ישראל קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בארא פארק זון פון האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק באטייליגט זיך ביי שלש סעודות בחצר קדשו פון האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה.

שיין בילד פון האדמו"ר מסאטמאר ביים מעמד סיום ששה סדרי משנה דורך מתמידים רץ למשנה אין קרית יואל, וואו דער רבי קוקט זיך אום מיט נחת דקדושה וואו די קינדערליך זינגען פאר חרוזין לכבוד המאורע.

הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א אויף קביעות מזוזות ומסיבת לחיים אינעם נייעם לאקאל פון קליין שטריימלעך אין וויליאמסבורג, וואו דער רב שליט"א האט באטראכט די נייע פאלדעבל שטריימל.
גאב"ד סאטמאר מאנסי באגריסט זיך מיטן פלאמעניק הגה"צ רבי העניך אשכנזי אבד"ק אבני צדק אין קרית יואל חתן גיסו האדמו"ר מסאטמאר, ביים גרויסן חתונה בבית סאטמאר - אלעסק פאריגע וואך.

די בוי ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול ברך משה ד'סאטמאר אין ירושלים עיה"ק שפאנט פאראויס מיט יעדן פארבייגייענדן טאג.
ריזיגער שאטער ווערט אויפגעשטעלט אין הארץ פון שטאט מאנטריאל, פארן שבת מרומם מיט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא וואס וועט פראווענען דעם שבת פ' וארא בקרב העיר.
האדמו"ר מבאבוב נוצט אויס די געלעגענהייט וויילנדיג אויף קור אין מיאמי זיך צו טרעפן מיט אורחים חשובים פון אנדערע קרייזן, אינעם בילד ווערט געזעהן דעם באקאנטן עסקן ר' אלתר גאלדבערגער הי"ו מחשובי חסידי סאטמאר וויליאמסבורג.

האדמו"ר מוויזניץ מערקט "קרישקעס" פאריגן ליל שישי אין די לוד לופטפעלד אין ארץ ישראל נאכן זיך אומקערן פון א קורצן אפרוה אין שווייץ.

הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג ביים מיטהאלטן שלש סעודות בבית המשפיע הרה"צ ר' יודל דייטש שליט"א אין ירושלים עיה"ק.

דער מעיאר פון ביתר הרב מאיר רובינשטיין הי"ו ערהאלט א תעודת הוקרה פון הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א אלס שעצונג פארן צושטיין צו די האנט פון ק"ק אמונת ישראל אין ביתר, ובמיוחד מיטן אויפבוי פונעם ביהמ"ד החדש דקהל אמונת ישראל אין שטאט.

הגה"צ רבי אלי' גראס שליט"א מקערעסטיר בערבעשט ווערט געזעהן אהיימגייענדיג פון קערעסטירער ביהמ"ד אין מיאמי נאך תפילת שחרית, באגלייט דורך זיין זון הרב ישעי' שליט"א מראשי הנהלת התאחדות אברכים דסאטמאר וויליאמסבורג.

די וואך ביים גערער ביזנעס עקספאו האט די "אל על" לופטליניע פארגעשטעלט ביי זייער בודקע, פריש אויפגעדעקטע ווידיאו'ס פון עטליכע מסעי קודש דורך האדמו"ר מגור קיין חוץ לארץ, ווען דער רבי איז געפלויגן מיט "אל על".
האדמו"ר מדזיקוב וויזניץ ווערט באגלייט דורך די הונדערטער ילדי החסידות ביים ארויספארן צום מסע הקודש קיין ניו יארק לטובת די נייע ביהמ"ד הגדול דזיקוב וויזניץ.
אריינבליק אין די גיגאנטישע בניני האומה פעסטונג ביים ערשטמאליגן ביזנעס עקספאו דורך ק"ק גור אין ארץ ישראל.
האדמו"ר ממעזיבוז באזוכט בהיכלו פון המקובל הגאון הצדיק רבי דוד קוק שליט"א אין טבריה, דער רבי איז מהנה דעם מקובל מיט א ניגון פונעם הייליגן בעל התניא לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן בו ביום כ"ד טבת, מערקט אויפן וואנט א הערליך געמאלן בילד פונעם בעל ההילולא.
איינע פון די אייגנארטיגע בודקעס ביים גערער ביזנעס עקספאו די וואך, וואו א מצבות-מאכער האט ארויסגעשטעלט א מצבה אלס דעמאנסטראציע.

ניטל פראגרם אין ישיבת תפארת מרדכי וויזניץ אין סטעטן איילענד וואו די בחורים האבן זיך אויסגעלערנט דער פאך פון מצות באקן.

יד החסידים על העליונה: המשפיע הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א מערקט "קרישקעס" ביים מקיים זיין מצוות שמחת חתן ביי א חתונה די וואך אין ניו יארק אנגעטוהן מיט א שטריימל.
האדמו"ר מקאסוב וויזניץ ווערט באמערקט אין צאנזער ביהמ"ד אין לעיקוואד ביים באטראכטן די מודעות לקראת דער ביקור הקודש פון האדמו"ר מצאנז אין אמעריקא.

האדמו"ר מפארשעי ווערט אויפגענומען בשירה וזמרה אין א ליטווישע תלמוד תורה אין פלארידא וואו דער רבי האט געוויילט אויך מנוחת הנפש, און אויסגענוצט די געלעגנהייט צו מחזק זיין די ילדי החמד בתורה ויראת שמים.
האדמו"ר מסקולען מאנסי מערקט "קרישקעס" אין א שמועס מיטן פעטער האדמו"ר מקאשוי ביי א משפחה שמחה די וואך אין בארא פארק.

האדמו"ר מפאפא אין א מחול לצדיקים מיט אחיו האדמו"ר מפאפא בארא פארק ביי די חתונה פון א אייניקל פאריגע וואך.

נאסטאלגיע: פריש אויפגעדעקטע בילד פון האדמו"ר מפשעווארסק ביים פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו הגה"ק בעל סמיכת חכמים זי"ע אין איסטאמבול טערקיי מיט קנאפע צווואנציג יאר צוריק, ערשיינט לכבוד די הילולא קדישא די וואך כ"ד טבת.

הגה"צ רבי מנחם נחום קאהן אבד"ק תולדות אהרן גבעת ירושלים - בית שמש אין א שמועס מיט העסקן בנש"ק הרב עזרא פריעדלענדער בן האדמו"ר מליסקא אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר.

אויף די סצענע ביי די העפטיגע זוך אקציע נאך הב' משה בן רייזל ורד לודמיר תלמיד פון די באיאנער ישיבה אין מודיעין עילית וואס איז ליידער פארשוועמט געווארן צוליב שווערע פארפלייצונגען, ווערן געזעהן הרב אשר פריזנד משב"ק האדמו"ר מבאיאן און משגיח אין ישיבה, אינאיינעם מיט די רבני הישיבה אין א שמועס מיטן זיידן הנגיד החסיד ר' דוד לודמיר הי"ו מיטן פעטער ר' יחיאל לודמיר פון סטייל הפקות.

נמצא הגבי"ע בידו: "קרישקעס" באמערקט ביי דער חופה פון החתן בן הרבני הנגיד הרב יואל לאנדא שליט"א וואו דער נדיב האלט דעם הייליגן בעכער פון הרה"ק משינאווא זי"ע וואס איז געברענגט געווארן צו די שמחה דורך בנש"ק הרב לייבוש באב"ד שליט"א בונה ומקים "בית שינאווא".

דער כותים טאוול ביים מעמד שבע ברכות פלטרין של מלך בחצר הקודש סאטמאר, וואו עס ווערט פרעזענטירט די נעמען פון די נגידים ופארי הקהילה וואס האבן איינגעהאנדלט איינס פון די פארבליבענע זכותים נצחיים אינעם ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג.

הרב דוד קלעצקין מחשובי חסידי פינסק קארלין ומראשי החברא קדישא אין ירושלים מערקט "קרישקעס" ביים מסיבת לחיים פון הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זי"ע ביים פארטיילן מזונות פאר די חסידים.

האדמו"ר מביאלא לאנדאן אויף א באזוך די וואך ביי האדמו"ר מסקאליע זייענדיג צוגאסט אין בארא פארק לכבוד די חתונה פון א אייניקל.

די קבלה קארטלעך וואס חסידי באבוב 45 האבן אונטערגענומען זיך מחזק צו זיין בעניני תפילה לאור די קריאת הקודש פון האדמו"ר מבאבוב 45 ביים אסיפת חיזוק וואס דער רבי האט פאררופן לרגל די התחלת ימי השובבים.

כאחד האדם: האדמו"ר משבט הלוי מערקט "קרישקעס" ביים עוסק זיין בתורה אין דער היכל התורה אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין מאנסי.

דער הויפט רב פון רוסלאנד הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א ווערט געזעהן בחדר הפרטי פון האדמו"ר מגור איידערן באזוך די וואך בקודש פנימה.

א ברכת מזל טוב לכבוד הרה"ח ר' אנשיל בעק הי"ו פאטאגראפירער בחצר הקודש בעלזא לרגל הולדת בתו למזל טוב.








תגובות