top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי אמשינאוו פרייען זיך מיט בשמחתו פון האד' מאמשינאוו ארה"ב ביי שמחת החתונה פון בתו הכלה

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

פרייטאג פ' תצוה • י' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג נאכט איז מיט גרויס שמחה און פרייד אפגעראכטן געווארן די פייערליכע שמחת החתונה פון הכלה בת כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא, מיטן חתן, א זון פון הרה"ג ר' מאיר ישראל בראנדוויין שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מסטרעטין שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' קלמן יהושע באב"ד שליט"א אבד"ק דראהביטש, איידעם ביי הגה"צ ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין זאל תפארת רבקה אין בארא פארק, בהשתתפות א גרויסן ציבור חסידים, מעריצים און גוטע פריינד פון אומעטום.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסטרעטין שליט"א. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ ר' יחיאל באב"ד שליט"א אבד"ק טארטיקוב. די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די חשובע קרובים: די פעטער כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בית שמש שליט"א, די פעטער הרה"ג ר' חיים יהושע באב"ד שליט"א, די פעטער כ"ק אדמו"ר מזוטשקא מאנסי שליט"א, און הגה"צ ר' ישראל ארנסטער שליט"א.


נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ לכבוד די שמחה הרוממה.


א קורצע צייט דערנאך איז דער בעל שמחה די רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה, און זיך געוואשן צום סעודה. דורכאויס די גאנצע סעודת החתונה האט זיך דער ציבור געשלענגעלט דורכצוגיין דעם רבי'ן און וואונטשן מזל טוב, ווען דער רבי האט יעדן איינעם צוריק געוואונטשן במאור פנים און און אנגעגאסן וויין לחיים ולברכה.


אינצווישן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין טענץ מיט די זקני וחשובי החסידים, און די עסקני השמחה. צווישן אנדערע איז דער רבי געטאנצן א פייערליכן ריקוד מיט זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בית שמש שליט"א, וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פון ארץ ישראל לכבוד די שמחה.


באזונדער איז דער רבי ארויס אין א טאנץ מיט א גרופע חסידים פון ארץ הקודש, וועלכע זענען געווען געשטראנדעט אין וואשינגטאן צוליב די שווערע שניי שטורעם, און זענען אנגעקומען הערשט אינמיטן די חתונה – וואס האט געשאפן א באזונדערע התרגשות ביים עולם.


בהדרת כבוד האט מען ענטפאנגען דעם גרויסן פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס האט אפגעראכטן א שולחן לחיים און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותנים.צווישן די אנדערע אדמורי"ם און רבנים וועלכע האבן זיך באטייליגט ביים שמחת החתונה האבן זיך אנגעזעהן האדמור"ים מראחמסטריווקא, וויזניץ ירושלים, וויזניץ בארא פארק, קאשוי, תולדות יהודה, סקולען, קאסוב, אלכסנדר אמעריקא, סקאליע, סקווירא בארא פארק, אופעלע און נאך.


הרבנים הגאוה"צ אבד"ק באיאן ארה"ב, הרה"צ ר' חיים שלום האלברשטאם שליט"א בן האדמו"ר מבאבוב, הגה"צ ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א דומ"ץ סאטמאר 15, און נאך פילע רבנים חשובים.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"צ ר' יהודה משה דאנציגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א א מחותן מיטן אמשינאווער רבי'ן.


ביים מצוה טאנץ האט צום ערשטן געטאנצט דער עלטער זיידע הגה"צ ר' ירמיהו טייטלבוים שליט"א, דערנאך דער זיידע אבד"ק דראהביטש שליט"א, דערנאך די זיידע כ"ק אדמו"ר מסטרעטין שליט"א.


דאן האט דער בדחנא דמלכא ר' מרדכי דוד עסטרייכער שליט"א אויסגערופן דעם געהויבענער מחותן כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א צום מצוה טאנץ, וועלכער איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התלהבות.


מען האט פארענדיגט די חתונה נאך 3:00 פארטאגס, נאך לאנגע שעות פון שמחה של מצוה און התרוממות הנפש.



bottom of page