קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- לפני כמה שניות
- זמן קריאה 5 דקות
עודכן: לפני שעה

דאנערשטאג פ' כי תשא • ט"ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש
דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים מקיים זיין די מצוות היום פון משלוח מנות דורך מקורבו הרב יעקב שלמה נויגרעשל הי"ו.

אויסצוג פונעם משתה היין ביים ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א דעם יום טוב פורים.
כתונת בד קודש: פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א זעלטענע ליציטאציע דורך עתיקים, וואו צווישן אנדערע איז ליציטירט געווארן דאס הייליגע העמד וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אנגעטון בשנת תש"כ, מיט די ענגלישע בוכשטאבן פון רבי'נס נאמען אריינגענייט אין דעם בגד, וואס האט זיך למעשה פארקויפט פאר אן אסטראנאמישע קרוב צו הונדערט טויזנט דאלער.

המלוכה והממשלה לחי עולמים: האד' מקרעטשניף כפר עטה אין א ריקוד נלהב אויפן טיש ביים משתה היין.
האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג וואונטשט דעם לעגענדארע משב"ק בחצה"ק באבוב 45 הרב שמחה פנחס שטראלי, נאכן שמחת הנחת תפילין פון א אייניקל.

דער קרית יואל'ער פאטאגראפירער י. שטיין גייט אן מיט זיין עבודת הקודש בעצם יום הפורים, בכדי מהנה צו זיין כלל ישראל.

הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א אין א לעבעדיגער טאנץ מיט מקורבו הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו ביים סעודת פורים.
האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן זינגט דעם רוזשינער "גלעקל ניגון" ביים משתה היין טיש ביום הפורים.
ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ערהאלט א משלוח מנות פון האדמו"ר מבעלזא דורכן שליח העסקן הרב אהרן אלבוים הי"ו.
הר"ר אברהם קרויס הי"ו מחשובי חסידי תולדות אהרן ביים אנגרייטן א גיגאנטישן פיש פארן משתה היין בחצר הקודש תולדות אהרן.

הרה"צ רבי יואל זוסמאן ראזנבוים מקרעטשניף קאנאדע ביים סעודת פורים אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום יחיאל מיכל ארגעל שליט"א אין קרית טאהש.
שמחת פורים אינעם מבצר התורה ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד.
דעם באקאנטן ליובאוויטשער we want moshiach now געזונגען ביים פורים טיש בחצר הקודש תורת חכם.
אין ביהמ"ד קארלין סטאלין אין מודיעין עילית האט מען מפסיק געווען אינמיטן קריאת המגילה אויסצוגיין צו די שעלטערס, און ערשט נאך וואס די סירענעס האבן אויפגעהערט, האט מען ווייטער ממשיך געווען מיטן ליינען די מגילה.
א פארשטעלטע וויזניצער אינגל מיטן אויפשריפט "יש בורא עולם" דער סלאגאן אין וועלכן האדמו"ר מוויזניץ טוט כסדר אריינקאכן די לעצטע תקופה.

האדמו"ר מזוועהיל אין א ריקוד מיט זיין שכן טוב הנגיד ר' דוד רוטמאן הי"ו אין ביתר וועם דער רבי האט מזכה געווען מיט א גרויסן נדבה לטובת זיין צדקה קאסע פאר משפחות נצרכים אין די קהילה.
האדמו"ר מבאבוב 45 וואונטשט דעם הויכראנקיגער פאליציי באאמטער מר. ריטשי (יחיאל) טעילאר הי"ו ביים סעודת הילולא פון חותנו הרה"ק מבאבוב זצוק"ל.

האדמו"ר מסאטמאר שפאצירט אויף די וויליאמסבורגער גאסן, אינעם הינטערגרונד באמערקט "קרישקעס" די העפטיגע בוי ארבעט ביים נייעם בנין בית חינוך לבנות ד'סאטמאר (מהר"א).
האדמו"ר מפאפא איז זיך משתתף ביים שמחת התנאים פון אן אייניקל ביים ברודער האדמו"ר מפאפא בארא פארק.

האדמו"ר מבאבוב 45 ביים נעמען קוויטלעך אויפן ציון הק' פונעם שווער הרה"ק רבי נפתלי צבי מבאבוב זצ"ל, ווערט געזעהן מקורבו הרה"ח ר' וואלף רייכבערג הי"ו נאמן ביתו פונעם בעל ההילולא.

שבת אחים: האדמו"ר מאמשינאוו אין א ריקוד מיטן ברודער האדמו"ר מאמשינאוו בית שמש ביים די חתונה במעונו פארלאפענעם וואך.

האדמו"ר מדושינסקיא לערנט פאר א שיעור אין מגילת אסתר אין ביהמ"ד קהל יראים סיגעיט, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן אין די ימי השבעה נאך די פטירה פון די שוויגער הרבנית מסיגעיט ע"ה.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג טאנצט מצוה טאנץ ביי די לעצטע שבע ברכות פון בנו החתן, מיטן גארטל באהאפטן צום עזרת נשים אין די הייעך.

די רעאקציע פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ווען די די ווארענונג-פייפערס האבן זיך צעפיפן בעתן פארברענגען מיט די אייניקלעך בימי הפורים.
האדמו"ר מבאיאן ערשיינט צו א שבע ברכות פונעם חתן א זון פונעם מנהל המוסדות הרב בנימין הערשלער הי"ו, צוגעשטעלט דורכן נדיב ושוע הרב אריה שטערן הי"ו פון לעיקוואד, מעמודי התווך פון מוסדות רוזין באיאן.
אהזהרה חמורה ארויסגעשטעלט מטעם חצר הקודש טרעבישאן, מיט א בקשה צום ברייטן ציבור, נישט מבלבל צו זיין דעם רבי'ן בעת די משתה היין.

גרופע פאשטעלטע קינדער פון די בעלזער תלמוד תורה אין בני ברק פון רעכטס צו לינקס: ברסלובער חסיד, ירושלימער אידל, ליטווישער בן תורה, ליובאוויטשער, סקווערער, און גערער חסידים.

ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א איז מתפלל בשעתן געריכט פונעם חתן דוד גליקמאן, וועלכער איז אררעסטירט געווארן דורך די מיליטערישע פאליציי, בלויז א וואך בעפאר זיי חתונה, נאך בערך א שעה איז אנגעקומען די בשורה משמחת אז ער איז באפרייט געווארן פון טורמע.
האדמו"ר ממעזיבוז מערקט "קרישקעס" אין די קענעדי לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל נאך א לענגערע באזוך אין ניו יארק.

האדמו"ר ממיאלען ביי סעודה שלישית אין שעלטער פונעם בנין הביהמ"ד, נאכדעם וואס די ווארענונג-פייפערס האבן זיך צעפיפן.
א פלאקאט וואס איז געווארן אויפגעהאנגען אין חצר הקודש צאנז, איידער פאריגן שבת זכור...

ווארעמע הסכמה פון האדמו"ר מתולדות אהרן אויפן נייעם בוך איבער די לעבנסגעשיכטע פון מחברתו הטהורה, די הויכגעשעצטע תולדות אהרן רעבעצין ע"ה.

ערב פורים באגעגעניש דורך דעם משמח אלוקים ואנשים ר' יענקעלע קארנבליט מיטן נואם בחסד עליון הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א.
האדמו"ר מאמשינאוו ביים אנגיסן לחיים פאר מקורבו הר"ר מרדכי האכמאן הי"ו פון כלל מידיע, בעת די חתונה פון בתו הכלה.

הונדערטער קינדער פונעם מוסד הק' המספיק ביים אריינגיין אל הקודש פנימה צו האדמו"ר מסאטמאר לקראת זייער שבת התאחדות אין די המספיק רעזארט.
האד' מראחמסיטריווקא אוקענוויין באזוכט אין שטוב פון הנגיד ר' ישראל מענדל פעלדמאן הי"ו וואס האט זיך אנגערופן מיט א סכום הגון לטובת השלמת בית מדרשו הגדול.

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא ביי א לעקח און בראנפין אנקומענדיג אין די לוד לופטפעלד, נאכן אהיימקומען פון די שווייצע בערג, ווערנדיג אפגעווארט דורך מקורביו.

הרה"צ ר' יוסף אונגער שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מבאבוב 45 פארלאזט דעם כותל המערבי ארומגענומען מיו א גרעסערע קבוצה חסידים.
האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה דאווענט מעריב פארן עמוד אויפן פליגער אהיים קיין ארץ ישראל, מערקט דעם שם הוי"ה טאוול כמנהג אבותיו פון רבי'ן.

רירנדע חרוזין ביים פורים טיש בחצה"ק סטיטשין אין בארא פארק דורך הרה"ח ר' נפתלי ליפשיץ הי"ו נאמן ביתו פון רבי'ן.
טעימה פונעם משתהה היין בצל האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים, פורים דמוקפין.
העסקן הרב יהושע וויינבערגער הי"ו איז זוכה צו ערהאלטן ברכת צדיק פון רבו האדמו"ר מבעלזא אינעם יום המסוגל פון פורים.

הארציגע דיבורים פונעם שר החסד ר' יעקב אליעזר שישא לרפו"ש ביי א קבלת פנים לכבודו נאכן זיך אומקערן אהיים פון אמעריקא לצרכי רפואה.
ואת המטה תקח בידך: האדמו"ר מתולדות אהרן אין א דביקות'דיגע מאמענט ביים פורים טיש.

נאך פונעם פורים טיש בחצר הקודש תולדות אהרן.

"ויתלו את המן" פשוטו כמשמעו בעת קריאת המגילה אין איינע פון די ליטווישע קהילות אין ארץ ישראל.
די משמשים בקודש ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, הרב בנציון שטאנגער און הרב הערשל כץ ביים מיטהאלטן דער קריאת המגילה דורכ'ן רבי'ן ביום הופרים אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית וויזניץ.

הגה"צ רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים אבד"ק סיגוט ביים סעודת פורים אין סיגוטער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.

א אינגעלע פארשטעלט וואו הגאון חכם עובדיה יוסף זצ"ל ווערט געבענטשט דורך בנו הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א דער ראשון לציון.

דער בארימטער פאטאגראפירער בחצרות הקודש ר' שלמה טריכטר הי"ו ביים פאראייביגן דעם פורים טיש בצל רבו האדמו"ר מדושינסקיא.

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים פאררעכטן א ציגאר ביים משתה היין ביום הפורים כמנהג צדיקים.

הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביים פאררייכערן א ציגאר ביים משתה היין, כמנהג אבותיו הק'.
האדמו"ר מפינסק קארלין באזוכט ביי זיין חברותא דער פאר ההדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א בעצם יום הפורים.
הרב יוסף לאנגסאם און הרב יוסף העשקאוויטש פיליעריגע עסקני ק"ק בעלזא אין מאנסי ביים איבערגעבן משלוח מנות פאר האדמו"ר מסאטמאר, פון גיסו האדמו"ר מבעלזא.

"יבטל כל גזירות" ביים משתה היין בצלו פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין שטאט בית שמש, אין שאטן פונעם מלחמה צושטאנד אין ארץ ישראל.
עומד ומדליק: הנגיד ר' אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו, סגן ראש הקהל דקיט"ל ד'סאטמאר וויליאמסבורג, ביים אנצינדן די לעכט ביי די סעודה פאר די חברה קדישא ביום ז' אדר כנהוג מקדמת דנא.

3:00 אזייגער פארטאגס ביים משתה היין ביי האדמו"ר מקאסוב, וואו מ׳האט פאר איבער א שעה געזינגען דעם פיוט ׳אעופה אשכונה׳ ווי עס איז מקובל ביי אחינו הספרדים.
הרב שמחה קרקובסקי מנהל הכנסת אורחים ליזענסק און די עסקני הכנסת אורחים ווערן באמערקט אינעם לופטפעלד אין שארם - מצרים אונטערוועגנס קיין פולין צום הילולא קדישא כ"א אדר.

לכה דודי דינערט אפ ביים פורים טיש בצל האדמו"ר מתולדות יהודה אין בארא פארק.

