top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ולבקר בהיכלו: ראש הישיבה הגאון האדיר ר' דוב לאנדא משמיע שיעור פלפול וחיזוק אין חסיד'ישע ישיבה "חיי משה"

  • Bechatzros admin
  • לפני 11 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש

מיט די העכסטע מאס כבוד התורה האבן די הונדערטער בחורי חמד פון די חסיד'ישע ישיבה "חיי משה" אין ירושלים היינט זוכה געווען לקבל פני הגאון האדיר ר' דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע ומנהיג עולם התורה, וועלכער האט אפגעראכטן א געהויבענעם באזוך בהיכל הישיבה.


אנקומענדיג אין ישיבה איז דער ראש ישיבה שליט"א אויפגענומען געווארן בכבוד והערצה דורך די הונדערטער תלמידי הישיבה אין שפיץ פונעם ראש ישיבה הגאון רבי נפתלי נוסבוים שליט"א.


צוערשט האט הגאון רבי נפתלי נוסבוים מקדם געווען בברכה דעם אורח הנשגב, וועלכער האט זיך מטריח געווען בטירחא דגברא רבא צו באשיינען און מופיע זיין בהדרו ביני עמודי דגירסא און משפיע זיין מהוד תורתו.


דער ראש ישיבה האט דאן משמיע געווען א לענגערער שיעור אין די סוגיא וואס מ'לערנט יעצט אין ישיבה אין מסכת בבא בתרא, וואס האט זיך פארצויגן פאר ארום א דריי-פערטל שעה, און דאן ממשיך געווען מיט יסודות'דיגע דברי הדרכה והתחזקות פאר די עמלי התורה, איבער'ן חשיבות פון זיך פלאגן אויף תורה.


נאכ'ן שיעור האבן די בחורים געזינגען ניגוני דביקות נאכגעפאלגט מיט שירי שמחה און פייערליכע טענץ לכבוד מאן מלכי רבנן, און דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם ראש ישיבה בשירה וזמרה.



תגובות


bottom of page