top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסער ציבור ביי עצרת הספד לזכרו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז-בארא פארק זצ"ל ככלות השבעה לפטירתו

לפני 6 דקות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

א גרויסער ציבור האט זיך פארזאמלט פאריגע וואך ביים "עצרת הספד" וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין בארא פארק לזכרו פונעם עמוד החסד כ"ק אדמו"ר מצאנז-בארא פארק זצ"ל, וועלכער איז נפטר געווארן מיט צוויי וואכן צוריק, הוא הלך למנוחות, ועזב לאנחות די פילצאליגע מעריצים, ובפרט אלפי ישראל וואס האבן נהנה געווען פון זיינע פעולות חובקות זרועות עולם.


דער גרויסער נפטר כ"ק אדמו"ר מצאנז-ב"פ רבי ברוך הלברשטאם זצ"ל, האט כידוע בחיים חיותו זוכה געווען להחיות נפש כל חי פון טויזנטער אידן פון אויסלאנד, ובפרט משולחים און נצרכים פון אלע מקומות וואס זענען געקומען קיין ניו יארק, און האבן א דאנק די פעולות נשגבות פונעם רבי'ן, מצליח געווען צו האבן א ווארעמע אכסניא, צוגעשטעלט מיט אלע הצטרכות'ן, מטה כסא שולחן ומנורה, מיט וואס דער צאנזער רבי האט אנגעפירט מיט אומבאשרייבליכע כחות.


אזוי האט דאס הסתלקות פונעם צאנז-ב"פ'ער רבי'ן זצ"ל איבערגעלאזט א געוואלדיגן חלל בעולם החסד בכלל, ובפרט אין בארא פארק, און ביים עצרת הספד האט זיך פארזאמלט א גרויסער ציבור תושבי העיר, ידידים ומעריצים פונעם רבי'ן זצ"ל, ובפרט פילצאליגע אויסלענדישע משולחים וואס געפונען זיך אין ניו יארק לטובת די מוסדות הק' אין ארה"ק.


דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אין אולם דוד שארף אין בארא פארק, וועלכע איז געווען איבערגעפולט פונעם גרויסן ציבור, און איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן פה מפיק מרגליות הר"ר מאיר מרדכי בערקאוויטש שליט"א.


דורכאויס דעם מעמד האט מען געהערט די דברי הספד פון הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא-ב"פ שליט"א בעל שו"ת משיב נבונים, פון הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב-קרית יואל, און פון הגה"צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדל שליט"א ר"י נייטרא-טשעסטער, א שוואגער מיטן רבי'ן זצ"ל.


במשך דעם מעמד האט מען געהערט פארשידענע געהויבענע שטריכן פונעם גרויסן נפטר זצ"ל, און אידן האבן זיך אונטערגענומען צוצושטיין לימין יוצ"ח ועסקנים הגדולים, צו קענען פארזעצן מיט דעם ריזן-הכנסת אורחים אונטערנעמונג, לזכרו פונעם רבי'ן זצ"ל.



תגובות


bottom of page