לכבודה של תורה: עלעגאנטע שבע ברכות בשמחת בית סקווירא - וויזניץ אפגעראכטן דורך הנהלת כולל "דברי אש"
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט געהויבנקייט און פראכט איז אפגעראכטן געווארן אן אייגנארטיגע שבע ברכות בשמחת בית סקווירא, צוגעשטעלט דורך הנהלת בית אולפנא לרבנן כולל דברי אש.
די שבע ברכות איז געווארן קאמבינירט מיט א מסיבה מפוארה לגומרה של תורה, לעת סיום הזמן ווען די עמלי התורה לומדי הכולל האבן זיך יעצט צום סוף זמן געשטעלט צום פארהער אויף פארשידענע מקצועות בהלכה, און לכבודו פונעם מחותן ביי די שמחה אין סקווירא הויף, הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א ידיד הכולל, האט דער הנהלת הכולל אויסגענוצט די געלעגנהייט צו משלב זיין די צוויי שמחות.
די שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן אויף אן עלעגאנטן אופן אין די "עטרת טשארנא" זאלן, וואס איז געווארן גאר פרעכטיג צוגערישט לכבוד העם הנאספים, און איז געווארן באגלייט מיט רייכע פרקי שיר דורך בארימטע בעלי מנגנים וואס האבן מהנה געווען במשך די שמחה.
אין צענטער פונעם זאל האט ארויסגעשיינט די השתתפות כבוד פון די חתני התורה, די צענדליגער לומדי הכולל, וועלכע האבן איידער'ן מעמד זיך געשטעלט צום פארהער ביי הגאון הגדול רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, וועלכער האט אצינד אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט בשער בת רבים זיין טיפע התפעלות פון די ברייטע ידיעות וואס די יונגעלייט האבן ארויסגעצייגט אין אלע חלקי המקצועות.
במשך די שמחה האבן זיך אויך באטייליגט כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א עלטער פעטער פאר'ן מחותן, און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א פעטער פאר'ן מחותן, און הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט.
אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען לקבל פני הקודש פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער האט מפאר געווען על ראש המעמד.
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט העסקן הרב יצחק ברוך שפיטצער הי"ו און וועלכער האט צוערשט אויפגערופן דער פטרון הכולל הרבני הנגיד ר' בערי ווייס הי"ו אויפצוטרעטן, דערנאך האט מען געהערט די דברי פי חכם חן פונעם מחותן הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א, און דערנאך די דברים נעימים דורך הרה"ג ר' אלעזר ווייס שליט"א מ'קערעסטיר פלארידע.
מיט טרעפליכע דברי בדחנות און מגידות לכבוד המאורע האט אויפגעטרעטן הרב אברהם מרדכי מלאך, און דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן די דברות קודש וברכת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א פאר אלע יונגעלייט, און באזונדער א ברכה מיוחדת פאר'ן חשוב'ן פטרון ר' בערל.
דער רבי האט טועם געווען און געוואונטשן לחיים פאר די בעלי שמחה און פאר'ן גאנצן ציבור, און דאן זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט'ן אויבן-אן, און דאן מיט א באזונדערע טאנץ מיט'ן פטרון ר' בערל.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין א זייטיגע צימער וואו ר' בערל איז אריין זיך פראווען, וואו ס'איז אויך אריין בקודש פנימה כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א און ס'האט זיך פארפירט א הערליכע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.







































תגובות