צענטראלער שבע ברכות בחצר הקודש זוועהיל בשילוב מיט שוה"ט לכבוד ראש השנה לאילן
- Bechatzros admin
- לפני שתי דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' משפטים • כ''ג שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
פארלאפענעם וואך חמשה עשר בשבט איז פארגעקומען דער צענטראלער שבע ברכות בשמחת בית זוועהיל, אינאיינעם מיטן טיש לכבוד ראש השנה לאילנות. ס'איז פארגעקומען אינעם היכל הטישן בחצר הקודש זוועהיל אין ביתר, וואו עס האבן מפאר געווען בראש המסובים די רבנים חשובים פון שטאט ובראשם דער מרא דאתרא הגאון רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה לכבוד די שמחה.
באזונדער האט מען געהאט דברות קודש פונעם בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א וועלכער האט משלב געווען די שמחה מיט ראש השנה לאילנות, און דערנאך אפגעראכטן די פירות טיש און טועם געווען פון די שבעת המינים.
די קלימאקס איז געווען ווען דער רבי האט מקיים געווען מנהג אבותיו פון ווארפן עפיל וואו חסידים האבן זיך געשטופט צו כאפן א עפל אלס סגולה לישועות, דערנאך האבן די בחורי החבורות איבערגעגעבן פארן רבי'ן די "מנחת ביכורים", טויזנטער בלעטער גמרא וואס זענען געלערנט געווארן לכבוד די שמחה, וואס דער רבי האט אויפגענומען מיט א קענטיגע קורת רוח, און דערביי משמיע געווען קארצע דברות קודש ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע הנאה דקדושה זעהענדיג ווי די בחורים זענען זיך ממית באוהלה של תורה מיט א געוואלדיגע יגיעה, צום שלוס איז דער גאנצער ציבור דורך באקומען פירות פונעם רבי'ן שליט"א.
במשך די שמחה האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מלויצק, דינוב, ראפשיץ, זידיטשוב ביתר, ראש ישיבת זוועהיל הגאון הגדול רבי מיכל זילבער, גאב"ד יבניאל, אב"ד קאלוב ביתר, אב"ד האלמין ביתר, דומ"ץ סקווירא ביתר הרה"ג ר' יעקב יוסף פאל בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אב"ד תולדות אברהם יצחק ביתר, און נאך פילע רבני העיר.




























































