top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער ערווארטעט אין שיכון סקווירא צו יומא דהילולא פון הרה"ק מסקווירא זי"ע דעם פרייטאג ב' ניסן

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מיט התרגשות דקדושה גרייטן זיך חסידים ואנשי מעשה צו די הילולא רבתי פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקווירא זצוק"ל וואס געפאלט אויס די וואך פרייטאג, ב' ניסן.


דאנערשטאג נאכט, בליל ההילולא, וועלן אין די סקווערער צענטערן איבער די וועלט אפגעראכטן ווערן סעודות הילולא, ביי וועלכן מ'וועט הערן דרשות וסיפורים פון הרבנים הגה"צ שליט"א און אנדערע בעלי דרשנים וועלכע וועלן איבערגעבן זכרונות און מאמרים פונעם בעל ההילולא זצ"ל.


במשך דעם יום ההילולא איז ערווארטעט א מאסן-שטראם פון אלפי החסידים פון נאנט און ווייט וואס וועלן פוקד זיין מקום מנוחתו אויפ'ן ביה"ח אין שיכון סקווירא, און די געטרייע עסקנים אין שפיץ פון די חברא קדישא ד'שיכון סקווירא לייגן אריין איבערמידליכע כחות צו קענען אויפנעמען דעם גרויסן פלייץ פון משתטחים, צווישן זיי די רביים ואדמו"רים שליט"א נכדי בעל ההילולא זצ"ל.ריזיגער שאטערס איז געווארן אויפגעשטעלט לענגאויס בית בית חיים דורך די בארימטער רענטעסטיק פארטי רענטאל פירמע, פארן באקוועמליכקייט פונעם ציבור, און מטעם די הנהלת הקהילה ווערן צוגעשטעלט ספעציעלע באסעס קיין שיכון סקווירא זיך צו קענען משתטח זיין על ציונו של אותו צדיק זצוק"ל.


בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט זיך שטעלן דאווענען שחרית ביומא דהילולא בשעה 10:00 בדיוק. פאר'ן דאווענען וועט פארקומען א מעמד לימוד התורה ברבים אלס הכנה צום דאווענען. דערנאך וועט זיין דער סיום משניות און קדיש דרבנן. נאך'ן דאווענען וועט זיין א סיום אויף סדר קדשים, וואו דער רבי וועט זאגן דעם הדרן און דעם לאנגן קדיש.


ארום 11:30 וועט פארקומען א מסיבת לחיים, און א שעה דערויף, בשעה 12:30, וועט דער רבי שליט"א ארויפגיין זיך משתטח זיין אויפ'ן ציון פון זיין גרויסן טאטן זי"ע, כמנהגו בכל שנה בשנה. 


3:00 אזייגער נאכמיטאג וועט פארקומען דער שלחן הטהור לרגל ההילולא. דער רבי שליט"א וועט אנהויב טיש מסיים זיין א מסכת, און נאך דעם וועט פארקומען דער מעמד סיום הש"ס. אינמיטן טיש וועט מען געבן לחיים פאר די חסידים וואס פארן צוריק אין שטאט אויף שבת.



תגובות


bottom of page