שיינעם באזוך פון גאב"ד סאטמאר מאנסי אין תלמוד תורה 'נעימות התורה' אין נארט מיאמי פלארידע
- sfbechatzros
- 56false13 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין נארט מיאמי פלארידע, האט די וואך באזוכט און די ארטיגע תלמוד תורה 'נעימות התורה' וואס שטייט בנשיאות פון הרה''ג רבי בנימין פעלבראנד שליט"א רב קהילת קדושת לוי אין נארט מיאמי, די רב שליט"א איז אנטפאנגען געווארן דורכן מנהל און זיך אומגעקוקט אינעם בנין התלמוד תורה.
דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד קבלת פנים לכבודו אינאיינעם מיטן מעמד התחלת לימוד א' ב' פאר די ילדי כיתה א' אינעם חדר, וואו די רב שליט"א האט גערעדט אפאר ווערטער פאר די קינדעלעך שיחי' און דערנאך זענען אלע קינדער אריבער שלום נעמען און דער רב האט פארטיילט מזונות פאר די תלמידים און מחנכים.














