חסידי נדבורנא האלטן מיט יומא דהילולא פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא זצ"ל בעל באר יעקב בצל בנו מ"מ האד' מנדבורנא
- לפני יומיים
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, מ"ש, שלומי טריכטער,JDN
פארלאפענעם מאנטאג נאכט ז' אדר איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל באר יעקב מנדבורנא זצוק"ל, בנו הגדול ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, האט אפגעראכטן די סעודת הילולא און סיום הש"ס בבית מדרשו של בעל ההילולא אין קרית נדבורנא בני ברק, וואו עס האט אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד הגה"צ רבי יעקב לייפער שליט"א ראש ישיבת פיטסבורג.
אויפצומארגנס דינסטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית פארן עמוד אין גרויסן ביהמ"ד און נאכן דאווענען אפגעראכטן א שולחן לחיים ביי וועלכן ער האט מכבד געווען די זקני החסידים און נכבדי העדה צו דערציילן עובדות און סיפורים פונעם טאטן דער בעל ההילולא. שפעטער נאמיטאג איז דער רבי אנקומען צום הר הזיתים בראש קהל חסידיו, צו פוקד זיין דעם ציון הק'.



























תגובות