top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ונשמרתם: הגה"צ רבי בנימין אייזנבערגער שליט"א פארבאט עלעקטרישע סקוטערס בהיכל ישיבתו נאך לעצטיגע אינצידענטן

  • 21 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די ישיבה "היכל התלמוד" אין בארא פארק בנשיאות הגה"צ המפורסם ר' בנימין אייזענבערגער שליט"א אבד"ק היכל התפלה, איז אין די טעג איינגעפירט געווארן א תקנה קבוע וקיימא אז קיין שום תלמיד הישיבה טאר נישט פארמאגן קיין עלעקטעריק סקוטער, נאכפאלגענדיג עטליכע פרישע אינצידענטן אין בארא פארק וואו עלעקטעראנישע סקוטערס האבן אנגעברענגט פראבלעמען און עקסידענטן, וואס האט אין איין פאל ערנסט פארוואונדערט איינע פון די תלמידי הישיבה וואס איז געווארן אראפגעקלאפט פארנדיג אויף אן עלעקטעריק סקוטער.


היות די ישיבה "היכל התלמוד" געפינט זיך ארויס פון די געגענט, ביים עק פון שטאט בארא פארק, אויף די 60'סטע גאס, פלעגן אסאך תלמידים פון די ווייטערדיגע געגענטער זיך באנוצן מיט עלעקטעריק סקוטערס אנצקומען אין ישיבה, אצינד אבער צוליב די פרישע אויפוואכונג נאך די לעצטערע שווערע געשעענישן האט דער ראש הישיבה הגה"צ ר' בנימין אייזענבערגער שליט"א אבד"ק היכל התפלה דאס גענצליך פארבאטן און קלארגעשטעלט אז קיין שום תלמיד הישיבה טאר זיך נישט באנוצן דערמיט, און מען זאל קומען צו גיין אין ישיבה צופיס, אדער מיט אנדערע מיטלען ווי קאר סערוויס וכדומה.

תגובות


bottom of page