שמחת בר מצוה לבנו יחידו פון האד' מנעשכיז; אייניקל פון האד' מפאלטישאן
- לפני 6 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' תרומה • ב' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
דעם מוצאי שבת איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א זון ביי כ"ק אדמו"ר מנעשכיז שליט"א, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, ס'איז פארגעקומען אין ביהמ"ד נעשכיז אין אשדוד, וואו עס האבן זיך משתתף געווען פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי די פעטערס האדמורי"ם מפרמישלאן, דעעש, שומרי אמונים פון אשדוד, ירושלים און קרית גת, הגה"צ רבי טובי' שטערן גאב"ד מירון און הגה"צ רבי אלעזר שטערן גאב"ד מירון, אזוי אויך די אדמור"י ורבני העיר אשדוד צווישן זיי האדמורי"ם מפיטסבורג, מעליץ, טאלנא, טשארנאביל, ביאלא פשיסחא, און די קרובי המשפחה האדמורי"ם משומרי אמונים, טרעבישאן, אב"ד קרעטשניף ביתר און ראש ישיבת שומרי אמונים.











































































