תרעין פתיחין: זעלטענע כינוס לצדיקים במעונו פון האד' מוויזניץ לחיזוק לימוד הזוהר הק' בהבנה
- 14 במאי
- זמן קריאה 3 דקות
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר,א. אייזנבאך
א היסטארישע און גאר מורגש'דיגע מעמד "תרעין פתיחין" איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם ערב ל"ג בעומר הילולת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, במעון קדשו פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א לרפו"ש אין מושב אורה בגלילות ירושלים, בהשתתפות א צאל גדולי האדמורי"ם ורבנים שליט"א, זייענדיג געווידמעט צו מחזק זיין דעם לימוד הזוהר הקדוש בעיון ובהבנה, און לרגל דאס ערשיינונג פונעם "דריטן באנד" פונעם זוהר הקדוש עפ"י משנתו פונעם בעל הסולם זי"ע, מהודרת גאלדבערגער, מיטן ביאור "בני היכלא" וואס איז געשריבן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א.
דער מעמד איז פארגעקומען אין א ספעציעלע שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן לכבוד די מעמד הארט נעבן ביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אין מושב אורה, מיט ברייט פלאץ אריינצונעמען אין זיך די אלע משתתפים גדולי האדמורי"ם ורבנים שליט"א.
איידער די פתיחת המעמד איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס צווישן האדמור"ים מוויזניץ און אשלג, בתוך הדברים האט זיך דער וויזניצער רבי שליט"א - וואס איז ווי באקאנט אדוק ומקושר צום לימוד הזוהר - אויסגעדריקט מיט א זעלטענע התרגשות אז "אזא מעמד געבט מיר כוחות אנצוגיין, און איך שפיר ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון געפינט זיך דא מיט אונז".
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הגה"צ רבי אלעזר שטערן שליט"א מרא דאתרא מירון ומחשובי חסידי ויזניץ, ווי ער האט צווישן זיינע ווערטער באטאנט אז דער רבי שליט"א האט שוין בעבר איבערגעגעבן א גאר ווארעמע מכתב פארן זוהר מיטן פירוש בני היכלא, און יעצט ביי דעם הייליגן מעמד טוט דער רבי פון פריש מחזק זיין די מהפיכה העולמי צו לערנען זוהר הק' בעיון ובהבנה.
ווען מען האט צוגעוויזן די נייע באנד פונעם ספר הזוהר מיטן פירוש בני היכלא פארן רבי'ן שליט"א, האט ער שטארק מעיין געווען דערין, און האט ארויסגעוויזן א באזונדערע התפעלות אויף די מדור "ספרי החסידות", דער רבי האט אויפגעהויבן דעם ספר לנוכח העם און אויסגערופן "דאס איז דאך ממש א חסידישער זוהר", און זיך דאן אויסגעדריקט פאר האדמו"ר מאשלג שליט"א אז עס איז קיין ספק אז עס איז געקומען די צייט אז די עבודה און מסירת נפש פונעם בעל הסולם זי"ע זאל ארויסקומען צום עפנטליכקייט, לשיפוצו מעיינותיך חוצה.
בעת די דברות קודש פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א האט דער רבי שטארק מפליא געווען דעם לימוד זוהר הקדוש, ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אז די היילונג פאר די תחלואי הדור איז לימוד החסידות, און דעם וואונדערליכן פירוש זוהר עם חסידות וועט זיכער זיין א רפואה פאר תחלואי הנפש, און בכלליות ברענגט עס א חשק צו לימוד התורה.
דער רבי שליט"א האט מוסיף געווען אז עס איז ראוי אז אלע גדולי ישראל שליט"א זאלן ארויסקומען מיט א פאראייניגטע קול קורא מעודד צו זיין כלל ישראל צו לערנען זוהר הקדוש בעיון ובהבנה.
במשך די מעמד האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א בעל בני היכלא, ארויסברענגענדיג אז לימוד הזוהר בהבנה געבט אויך א בעסערע פארשטאנד און הבנה אין אלע אנדערע חלקי התורה, און דאס לערנען זוהר הק' מיט פארשטאנד, טוישט דאס מענטש אינגאנצן, און מען זעט אויף אים בחוש א שמחת החיים אלעמאל. און דאס איז צו פארדאנקען די נעץ פון כוללי בני היכלא דרשב"י וועלכע שטעלט אהער די סדרי הלימודים דערויף.
אינמיטן די מעמד איז צוגעגאנגען צו מרן אדמו"ר מוזיניץ שליט"א הגה"צ רבי אליהו אשלג שליט"א ראשי כוללי "עיטור הרבנים" להוראה ותורת הנסתר על פי דרכו פונעם בעל הסולם זי"ע, און צוגעוויזן פארן רבי'ן די אוצר בלום וואס ליגט תחת רשותו די היסטארישע כתבי ידות פון הרה"ק בעל הסולם זי"ע פון וואס ער האט געשריבן די פירוש ספר הזוהר, אזוי אויך די כתבי יד פונעם ספר "פי חכם" וועלכע איז ערווארטעט ארויסצוקומען אין די נאנטע טעג. די גדולי הרבנים שליט"א האט זענען ארויס פון התפעלות זעענדיג די היסטארישע כתבי יד.
אצינד שפאנט מען ווייטער מיטן ארויסקום פון פרישע בענדער פירושי ספרי הזוהר "בני היכלא" כדי א יעדער זאל קענען לערנען און פארשטיין די אור פנימיות התורה, און זוכה זיין צום הבטחה אז בזכות לימוד הזוהר "ביה יפקון מן גלותא" במהרה בימינו.










































תגובות