זונטאג פ' דברים • כ"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען ביי חסידי וויזניץ תושבי מאנטשעסטער, אז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט כמדי שנה בשנה היי-יאר ווידעראמאל אונטערנעמען די ספעציעלע באזוך אין שטאט מאנטשעסטער, קומענדיג צו פארן פונעם אפרו ארט אין חלדודנא, און מעריך זיין דעם יומא דפגרא ר"ח אב בקרב עדת צאן מרעיתו תושבי מאנטשעסטער.
דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן פון חלדודנא מארגן מאנטאג דברים, ר"ח אב, אין די פארטאגס שעה'ן, און אפרייזן די שעה וועג קיין מאנטשעסטער, וואו דער רבי וועט בשמחה רבה ענטפאנגען ווערן בבית מדרשו אין שטאט.
דער רבי שליט"א וועט דאווענען שחרית ברוב עם זקנים עם נערים, און יורד זיין לפני התיבה צו הלל, און נאכ'ן דאווענען אפרעכטן א סעודת ר"ח מיט'ן גאנצן ציבור. שפעטער וועט זיין זמני כניסה פאר קבלת קהל, אלס געלעגנהייט פאר'ן גאנצן ציבור אריינצוגיין לברך ולהתברך.
שפעטער אין טאג וועט זיך דער רבי אומקערן קיין חלדודנא, וואו עס זעצט דארט ווייטער פאר דער ספעציעלער סדר פאר חסידי וויזניץ תושבי ענגלאנד, וועלכע האבן די זכי' צו קומען מיטלעבן א שבת מיט'ן רבי'ן בזמן שהצדיק בעיר, לויט א באשטימטן סדר.
Comments