top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בזמן שהצדיק בעיר • מעמד בחינה פומבית וסיום הש"ס דורך לומדי כולל גור אין ערד בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א

דינסטאג פ' תזריע • א' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכע וויילט יעצט אין ערד אויף אפרוה האט זיך נעכטן באטייליגט ביי א גרויסארטיגע מעמד לכבודה של תורה ווי הונדערטער גערער יונגעלייט זענען פארהערט געווארן אויף די מסכתות הש"ס אין ראם פונעם תורה ראוואלוציע 'ידיעת התורה' וואס ווערט אנגערופן אין גור 'מזומנים', די מעמד איז פארגעקומען אין א גיגאנטישער וועירהאוז אין שטאט ערד וואס איז אהערגעשטעלט געווארן מיט טויזנטער זיץ פלעצער צו קענען אקאמדירן די אלפי חסידי גור תושבי ערד והגלילות וועלכע האבן געהאט די געלעגנהייט לחזות בנועם ה' ביי דעם מעמד קידוש שם שמים.


די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט דברי פתיחה פאר די הונדערטער פארזאמלטע כולל יונגעלייט עמלי תורה דורך הר"ר אברהם מרדכי בערגער מראשי העסקנים בחצה"ק גור אין שטאט ערד, וועלכע האט בתוך דבריו באגריסט די נייע ערוויילטע מעיאר אין שטאט ערד וואס איז ביי די יעצטיגע וואלן אריינגעוועלט געווארן דורך חסידי גור. דערנאך איז געקומען די הויכפונקט פון די נאכט ווען כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט מופיע געוועהן בהדרו, כאטש וואס די רבי שליט"א וויילט אין ערד אויף וואקאציע, האט זיך מטריח געוועהן צו באשיינען די מעמד לכבוד די לומדי תורה אין די דרך הלימוד וואס ער האט אויסגעטראטן פאר עדת צאן מרעיתו.


די רבי שליט"א האט געדאווענט מעריב ברוב עם און דערנאך האט זיך אנגעהויבן די פארהער דורך די חשובע רבנים, הגה"צ ר' חיים שמערלער שליט"א אב"ד היכל צבי צאנז ירושלים און הגה"צ ר' יעקב מאיר שטערן שליט"א חבר בד"צ שבט הלוי ומרבני ק"ק וויז'ניץ בני ברק. פארנט פונעם רבי'ן שליט"א האבן זיך די יונגעלייט אויפגעשטעלט און געענטפערט שאלות פון אלע ווינקלען אין ש"ס כשולחן ערוך ומזומן. די חשובע רבנים הבוחנים האבן אויסגעדרוקט שטוינונג און פרייד צו זען אזא אויסנאמליכע בקיאות התורה און אנגעוואנטשן די יונגעלייט צו קענען ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת ויתר עוז. נאך די בחינה פומבית איז פארגעקומען א סיום הש"ס אויף א שיעור אין ש"ס לויטן סדר פון מזומנים דורך הרה"ג ר' מרדכי חיים וואלקאוויטש שליט"א רב דחסידי גור ערד.


דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א געטרינקען לחיים לרגל המאורע און גערעדט קורצע דברי ברכה פאר די יונגעלייט אז זיי זאלן קענען ממשיך זיין מתוך הרחבה והרווחה.







































bottom of page