זונטאג פ' נשא • ג' סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
די עולם התורה ומוסר איז היינט געווארן איינגעהילט אין טיפן צער און טרויער, ווען עס איז אנגעקומען די שווערע בשורה איבער דער פטירה פון דער זקן המשגיחים הגאון הגדול רבי אברהם פאללאק זצ"ל, משגיח אין די סלאבאדקא ישיבה און איינער פון די גדולי המשפיעים אין תורה, מוסר און חינוך וועלכער האט משפיע געוועהן תורה ויראה און מעמיד געוועהן תלמידים לאלפים אין לויף פון די לעצטע זיבעציג יאהר כולן שוין לטובה.
דער משגיח האט זיך די לעצטע תקופה געפינען אין א גאר שווערן מצב, און היינט נאכמיטאג האט ער אויסגעהויכט די נשמה אין טיפן עלטער פון 94 יאר, לדאבון לב פונעם גאנצן עולם התורה, און די פילצאליגע טויזנטער תלמידים וועלכע ער האט מעמיד געווען. די לוי' גייט ארויס היינטיגן זונטאג פון די סלאבאדקא ישיבה אין בני ברק, אויפן וועג צום בית החיים סגולה אין פתח תקוה וואו דער משגיח וועט קומען למנוחות עולמים.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
Comentários