top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חובת השעה פון האד' מפשעווארסק איבערגעגעבן דורך גאב"ד אנטווערפן ביים דרשת שבת הגדול נאך א רייע אומגליקן אין שטאט

מוצאי שבת פ' מצורע • י"ב ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין א זעלטן היסטארישע ערשיינונג איז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א היינט שבת אינדערפרי פארן ליינען ארויף אויפן באלעמער און משמיע געוועהן קורצע דברי התעוררות און דער צו השעה אין ליכט פון א רייע שווערע טראגעדיע'ס אין אומגליקן וואס האט ליידער באטראפן דעם חרדישן אידנטום אין שטאט אנטווערפען ובמיוחד ק"ק פשעווארסק וואו עס איז בלויז אין דעם פארלאפענעם חודש נעדר געווארן דריי יונגע פרויען וואס זייער פטירה אין אזא בליענדן עלטער שפירט זיך ווי א פערזענליכע אבידה און א שווערן קלאפ פארן גאנץ קהילה.


היינט בעפאר קריאת התורה איז כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין א אומערווארטעטע שריט ארויף אויפן בימה און אנגעהויבן וואס עס שטייט אין רמב"ם אז ווען עס געשענט אזעלכע פאסירונגען און מען איז נישט מפשפש במעשיו הרי זה מידת אכזרית! די רבי האט צוגעלייגט אז ער האט איבערגעשמועסט מיטן מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א וואספארא ענינים ער זאל מעורר זיין היינט ביים שבת הגדול דרשה, און מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב בחודש אשר ישועות בו מקיפות. ביים ענדיגן האט די רבי שליט"א געבעטן פונעם גבאי הביהמ"ד הרב אלעזר אללעך איבערצוזאגן די קורצע דיבורים פארן גאנצן ציבור.


די ידיעה האט זיך בליץ שנעל צושפרייט איבער די שטאט און שבת נאכמיטאג האט א ריזן ציבור תושבי העיר באלאגערט דעם גרויסן אוסטען שוהל וואו הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א האט אויפגעטראטן מיטן שבת הגדול דרשה ווי יאהר יערליך, די רב האט טאקע אנגעהויבן די דרשה זיך באציענדיג צו די שרעקליכע מאורעות וואס די שטאט האט ליידער בייגעוואוינט די לעצטע תקופה, און איבערגעגעבן דער חובת השעה אין נאמען פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, אז די נשים זאלן זיך מחזק זיין אינעם ענין פון צניעות כל אחד בדרגא דיליה, און די מענער זאלן נזהר זיין נישט צו רעדן און בית המדרש ביים דאווענען, ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו שנשמע ונתבשר בשורות טובות.



Comments


bottom of page