top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגאון ר' יהודה פישער שליט"א געקרוינט אלס ממלא מקום אביו הגאון ר' אהרן זצ"ל אלס רב 'זכרון משה שטיבלאך' והשכונה

דאנערשטאג פ' בשלח • ח' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

תשית לראשו עטרת פז. אין די ימי השבעה להסתלקותו פון הגאון רבי אהרן פישער זצ"ל רב שכונת זכרון משה בירושלים עיה"ק, און רב פון די ארטיגע וועלט בארימטע "זכרון משה שטיבלאך", איז מיט שמחה ונחמה אויפגענומען געווארן ביי די טויזנטער מתפללים און תושבי השכונה איבער די פאסיגע התמנות פון בנו יקירו וחביבו הגאון רבי יהודה פישער שליט"א, וואס איז געקרוינט געווארן לכהן תחת אביו אויף דעם מקום קדוש.


דער לעגענדארער ביהמ"ד זכרון משה איז שוין פילע צענדליגער יארן זוכה צו געניסן פון די הרבצת התורה והוראה פון די גאוני ירושלים למשפחת פישער המעטירה, אנגעהויבן נאך פונעם זיידן הגאון האדיר רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל בעל אבן ישראל וראב"ד עדה החרדית, און נאך זיין הסתלקות האט ממשיך געווען בנו וממלא מקומו דער נפטר הגאון רבי אהרן זצ"ל, און אצינד וועט ווייטער ממשיך זיין בעבוה"ק ממלא מקומו הגאון ר' יהודה שליט"א.


די התמנות איז געמאכט געווארן לויט די הוראה און פסק פון הגאון הגדול רבי יהודה פישער שליט"א, א ברודער פונעם רב זצ"ל, וואס ציילט זיך ממתפללי בית הכנסת הגדול זכרון משה, און האט גע'פסק'נט אז אויב איז דא א זון וואס איז ראוי לאותו איצטלא, איז די הלכה אז ער זאל ממשיך זיין, און עס איז נישט קיין ספק אז זיין פלומעניק, הגאון ר' יהודה, איז פאסיג צו פירן די רבנות עד ביאת גואל צדק.


דער נייער רב הגאון ר' יהודה איז פון די חשובי הרבנים אינערהאלב קהילת עדת ירושלים המתמידים, און איז פון די חשוב'ע תושבים אין שכונת קרית צאנז בירושלים. בימי בחרותו האט ער זיך משלים געווען בתורה והוראה אין די טורדא ישיבה, און נאך די חתונה, ווען ער איז געווארן אן איידעם ביי הרה"ג רבי שמואל מינצבערג זצ"ל, איז ער ווייטער געשטיגן במעלות התורה אין די קאמעניצע ישיבה, זייענדיג א דוגמא פון א יושב אהל וואס מאכט גארנישט פון זיך קיין וועזן, זייענדיג א בורח מן הכבוד, א נעים הליכות און ענוונתן. אין די לעצטערע יארן איז ער געשטאנען ליד ימינו פונעם פאטער בהנהגת בית הכנסת הגדול זכרון משה, וידו לא זז מידו.


אצינד וועלן די מתפללים זוכה זיין צו געניסן מאור תורתו והוראות פונעם נייעם מרא דאתרא, און די תושבי שכונת זכרון משה שפירן פאר א זכי' צו באקומען אזא חשוב'ן רב, מזה בן מזה, וואס וועט עומד לשרת בקודש אינעם ביהמ"ד וואס איז איינע פון די פארנומענסטע איבער די וועלט, וואו עס קומען פאר מנינים רונדע דעם זייגער, בלי הפסק, פונעם עלות השחר ביז'ן עלות השחר.


Комментарии


bottom of page