זונטאג פ' תולדות • כ"ג חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: י. שטיין, JDN
געהויבענע שעה'ן פון התרוממות חדוות הנפש זענען פאריבער אויף הונדערטער חסידי תולדות אהרן תושבי ניו יארק וועלכע האבן זיך מיטגעפרייט עד אור הבוקר בשמחתו הגדולה פונעם רועה נאמן כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א, וואס איז געפראוועט געווארן בקול רינה וצהלה אין עיר הצדק קרית יואל מיט די באטייליגונג פון פילע תושבי קרית יואל און הונדערטער חסידים, ידידים ואוהדים, וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען ביי די שמחה בצילא דמהימנותא קדישא בזמן שהצדיק בעיר.
עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' אליהו גינזבערג שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א רב ביהמ"ד בית שמואל בנימין אין קרית יואל, זון פון הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ ויואל משה סאטמאר, און איידעם ביי הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש.
אום 5:30 איז די רבי שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און בדחנא דמלכא הר"ר חיים אהרן בריזל הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דברי כיבושין, ביים קבלת פנים האט זיך משתתף געוועהן כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי דספינקא שליט"א. נאכן באדעקן איז מען ארויס צום חופה ברחובה של עיר, די זיידע כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א האט מסדר קידושין געווען, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער מצד הכלה כ''ק האדמו''ר משינאווא שליט''א, ברכות ראשונות די זיידע מצד הכלה הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, ברכה אחריתה די זיידע כ''ק האדמו''ר מחוסט שליט''א. נאכן חופה האט די רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש בגודל מעלת וקדושת הזמן און אנגעוואונטשן דעם ציבור בברכות לרוב, דערנאך האט די רבי מכבד געווען דעם זיידן די קרית יואל'ער דיין צו וואנטשן דעם ציבור, אבער דער דיין האט מסרב געווען, מען האט זיך דערביי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים בתופים ומחולות.
נאכן חופה האט זיך די ציבור געוואשן צום סעודת החתונה וואס איז סערווירט געווארן אינעם גרויסן זאל פאר די הונדערטער חסידים וואס זענען געקומען מרחוק ומקרוב לשוש ולשמוח בשמחת בית צדיקים. נאנט צו חצות הלילה איז די רבי שליט''א ערשינען צום שמחת החתונה, אין איז ענטפאנגען געווארן לקול מצהלות החסידים, די רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה אויפן אויבן אהן און איז באזונדער געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, נאכן זיך וואשן צום סעודה האט די רבי געוואנטשן לחיים לכל העם הנאספים, און די ציבור האט געהאט די געלעגנהייט אדורכצוגיין אל מול פני הקודש זיך וואונטשן בהאי עידנא דחדוותא, אינצווישן האט מען ממשיך געווען אין געהויבענע און פריילעכע ריקודין, בעת די רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט און מיטגעהאלטן די ריקודין אין א שמחה'דיגע שטימונג.
די שמחה איז באשיינט געווארן דורך מערערע רבנים ודיינים חשובים פון קרית יואל, דאס בענטשן און שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די רבנים קרובי המשפחה. כחצות הלילה האט מען צוגעטראטן צו די מעמד המצווה טאנץ, מען האט א לענגערע צייט געזינגן ניגוני התעוררות און דביקות כהכנה דרבה, דערנאך האט די רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די גודל קדושת הזמן און געוואונטשן אז די גרויסער זיידע'ס פון ביידע צדדים וואס קומען אראפ צו אזא שמחה זאלן מעורר זיין רחמי שמים פאר כלל ישראל און משפיע זיין השפעות טובות פארן כלל און פרט, די רבי האט אויך געבעטן אז בשעת די געהויבענע זמן פונעם מצווה טאנץ זאל מען נישט ארויסנעמען די אלע כלים אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו. דאן האט די רבי צוגעטרעטן צו די עבודת הריקודין, און מיט א רגש אש קודש געטאנצן לפני הכלה, וינועו אמות הסיפים פון דעם געוואלדיגן התרגשות וואס האט יעדן ארומגענומען. בפרט ווען מען האט איבער געזינגען איין מאל און נאכאמאל "אין עוד מלבדו" מיטשלעפענדיג דעם גאנצן ציבור צו א גרויסן התעוררות, דערנאך האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען די ריקודין מיט די חתן ווען אינצווישן זענען אריינגעקומען אינעם רינג די גאנצע משפחה קינדער און אייניקלעך פון רבין, די געהויבענע ריקודין פונעם רבין שליט"א האט זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט בהתרוממות והתעלות. נאכן רבי'נס מצוה טאנץ האט מען אויסגערופן די זיידע'ס כ"ק אדמו"ר מחוסט שליט"א, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל, די מחותנים הרבנים הגאונים הצדיקים, די מחותנים אין חתן כלה. עס איז שוין געווען קרוב צו עלות השחר ווען מען האט פארענדיגט די שמחה הרוממה.
Comentarios