top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן פראטעסט בחוצות מאנהעטן אנטקעגן די ציוניסטישע מדינה און איר שרעקליכע גזירת גיוס

דאנערשטאג פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

איזראעלי גאווערמענט שעים אן יא! האט ווידעראמאל אגפהילכט בחוצות ובחובות, אין די גאסן פון מאנהעטן דעם פארגאנגעם דאנערשטאג שופטים העלל"ט, נאך לאנגע יארן וואס עס האט נישט ערשייינט.


דער מאסן פראטעסט איז פאררופן געווארן אין ליכט פון די פארמערטע שרעקליכע רדיפת הדת בארצינו הקדושה דורך די ציוניסטישע רעגירונג, איבערהויפט מיט די געפערליכע גזירת הגיוס וואס איז געווארן גאר שטארק פארערגערט אין די לעצטערע וואכן, ווען צוליב דעם קומען ערליכע אידן פראטעסטירן פארנט פן לשכת הגיוס און ווערן מערדערליך צושלאגן און צובליטיגט, און ארעסן קומען פאר אויף א פרעצעדענטלאזן פארנעם.


דערפאר האט דער בית דין צדק פון די עדה החרדית זיך געוואנדן צו די גדולי הדור אין אמעריקע, זיך אנצונעמען פאר אונזערע געפייניגטע ברודער אין ארץ ישראל און ארויסגיין מיט א מחאה אדירה אויסצושרייען דעם קול מחאה. צו דעם האבן זיך אנגעשלאסן פילע גרולי ראשי ישיבות ומנהיגי קהילות פון ארץ ישראל און פון אמעריקע אין שפוץ פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדא, צו קומען צו דעם מאסן פראטעסט אין די גאסן פון מאנהעטן.


א ריזיגער ציבור אין שפיץ פון גדולי ומנהיגי ישראל האבן זיך צוזאמגעזאמעלט אויף די גאסן פון מאנהעטן פארנט פון ציוניסטישן קאנסולאט אויף 2'טע עוו. דער מאסן שטראם האט זיך נישט אויפגהערט ווען  יעדע פאר מינוט קומען נאך און נאך פולע באסעס פון אלע חרדישע געגענטער, פוון פילע גרעסערע קהילות, ווי אויך האבן צענדליגע חשובע ישיבות ארויסגעשיקט זייערע תלמידים צתו נעמען א חלק אין די קידוש שם שמים.


עס האבן אויפגעטראטן מיט פייערדיגע דרשות גדולי הרבנים שליט"א, וביניהם, הגאון הישיש רבי חיים פלאהר שליט"א, הרה"ג ר' יצחק אהרן פויגל שליט"א אב"ד יאוואזשנא מאנסי, און הגאון הגדול רבי שמואל שלעזינגער שליט"א ר"י תורה תמימה, הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס שליט"א מירושלים עיה"ק יו"ר מוסדות רמ"א, הרה"צ רבי יודל כ"ץ שליט"א אב"ד ויצב אברהם פון מעלבוירן אסטראליע, הגה"צ רבי ישעי' ווייס שליט"א אב"ד אור לישרים, הרה"ג ר' חננאל שאראראה שליט"א ממנהיגי קהילות תימן.


פאר די פרעסע האט אויפעטרעטן דער לעגענדארער בעל דרשן הרה"ג ר' יעקב שפירא שליט"א אב"ד בעיסוואטער וואס האט מיט זיין רעטארישן שפראך געשילדערט אויף ענגליש פאר די פרעסע דער ווייטאגליכער פאקט איבער דעם עקזיסטענץ און מהלך פון דעם מלכות הרשעה, די דרשה איז גאר שטארק אויפגעכאפט געווארן דורוך די פרעסע און איז צושפרייט געווארן אומעטום.


צום שלוס האט הגה"צ רבי הערשל פיש שליט"א אדמו"ר מפרעמיסלא – זידטשויב פארגעזאגט בהתעוררת רב דעם קאפילט שיר המעלות ממעקים, ווען דער ציבור לאלפים דינערט אפ אין די מאנהעטענער גאסן, מיט פסוקי  יחוד איז נתכבד געווארן הרה"צ ר' יחזקאל גאלד שליט"א אב"ד שערי חסד.


דער קלימאקס איז געווען ווען נאכן מעמד האבן זיך די פולע טויזנטער משתתפים ארויסגעלאזט אין א מארש אויף די גאסן, מיט שרייענדע פלאקאטן און נאכאנאנדע לאזונגן אנקטעגן די ציוניסטישע ממשלה, ווען עס שלענגלען זיך צענדליגע גאסן מיט טויזענטער טויזענטער אידן.




Opmerkingen


bottom of page