top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מחזה הוד ווען המקובל הצדיק רבי דוב קוק שליט"א איז פוקד דעם כותל המערבי נאך לאנגע יאהרן

מיטוואך פ' בהר - פסח שני • י"ד אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: דוד ארזני


א מחזה הוד האט זיך נעכטן אפגעשפילט ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי ווען המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א פון טבריה איז - נאך א צייט אפשניט פון אריבער צען יאר אנגעקומען אויף א תפילה ביים ביים כותל המערבי.


די מקובל וועלכע פארט זעלטן ארויס פון זיין באשיידענעם וואוינארט אין טבריה איז נעכטן נאכמיטאג אנגעקומען קיין רחובות אין דרום ארץ ישראל וואו ער האט מבקר חולה געוועהן ביים פעטער הגאון רבי אברהם יצחק קוק שליט"א ראש ישיבת מאור התלמוד, פון רחובות איז דער מקובל אריינגעפארן צום כותל המערבי, וואו ער האט פאר לענגערע שעה'ן נאכאנאד אפגעראכטן תיקון חצות מיט אן אויסטערלישע עבודה כדרכו בקודש, בפישוט ידיים ורגליים קלאגנדיג אויפן גלות השכינה וחורבן בית המקדש כאילו נחרב בימיו. עס איז שוין געוועהן נאך צוויי אזייגער באנאכט ווען די מקובל האט פארלאזט דעם רחבת הכותל אויפן וועג אהיים למעון קדשו אין טבריה.

















Comments


bottom of page