top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ידיד נעוריו • הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א דינט אלס מוהל ביי ברית פון אייניקל ביי האד' מסלונים

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' בה"ב • כ''ה אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן

דעם דאנערשטאג אינדערפרי האט דער פאר הדור הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א געדינט אלס מהול ביי א ברית פון אן איר אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט''א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול סלונים אין ירושלים.


ביים אנקומען האט זיך הרה''צ רבי יעקב מאיר שליט"א ווארעם באגריסט מיט ידיד נעוריו די סלונימער רבי שליט''א וואו עס איז פארפירט געווארן א ידידות'דיגע שמועס צווישן די צוויי גדולי ישראל איבער די קשרי אהבה פון הרה"ק בעל נתיבות שלום מסלונים זי"ע צו זיינע תלמידים און בפרט די קירבה צו זיין תלמיד חביב יבלחט"א הרה"צ רבי יעקב מאר שליט"א. די רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און מכבד געוועהן הרה''צ רבי יעקב מאיר שליט"א מיטן כיבוד פון כסא של אליהו.


נאכן ברית איז פארגעקומען א שולחן לחיים וואו מען האט פארברעגנט בדברי תורה און שיינע זכרונות דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א פרייליכע ריקוד לכבוד די שמחה.













bottom of page