געהויבענער שמחת הברית לנכד האד' מלעלוב פון אמעריקא פארגעקומען אין עיר הקודש ירושלים
- לפני 54 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' בהר בחוקותי - י"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
א שיינעם ציבור חסידים ואנשי מעשה האבן פאריגן דאנערשטאג מיטגעהאלטן די שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא, בן הנולד ביי בנו הגדול הרה"צ רבי אהרן בידערמאן שליט"א פון ירושלים, איידעם פון הגה"צ רבי אלימלך טירנויער שליט"א פון קרית טאהש, די שמחה איז פארגעקומען אין טשאבא ביהמ"ד אין ירושלים, מיט די השתתפות כבוד פון א צאל גדולי ישראל וועלכע האבן באשיינט די שמחה.
ובראשם האבן זיך אנגעזעהן דער סנדק המשגיח הגה''צ רבי דן סגל שליט"א, דער מוהל פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א און כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וואס איז מכובד געווארן מיט די ברוכת וקריאת השם, און א נאמען געגעבן דאס קינד "משולם פייש" נאך הרה"ק מטאהש זי"ע רבו מובהק פונעם בעל שמחה הרה"צ רבי אהרן שליט"א. מיט די איבערגיע כיבודים האט מען מכבד געווען די עלטער פעטערס הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט"א און המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב.
דער געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וואס האט נישט געקענט פערזענליך זיך משתתף זיין ביי די שמחה, האט מיטגעהאלטן די ברית דורכן טעלעפאן מריחוק מקום, און נאכן ברית האט מען איבערגעגעבן דעם טעלעפאן צו די אנוועזנדע גדולי ישראל, וואו מען האט זיך געוואונטשן איש את רעהו ברוב ברכות.
די שמחה איז נמשך געווארן מיטן סעודת מצוה ביי וועלכן עס האט זיך משתתף געווען די געהויבענער פעטער המשפיע המפורסם הגה''צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב וועלכער האט משמיע געווען מאמרותיו בנעימים לכבוד די שמחה.

























תגובות