top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אנשי אמונה אבדו • נפטר געווארן הרה"ח ר' אשר אנשיל באב"ד ע"ה מקורב לצדיקי בית וויז'ניץ אין סקולען

דאנערשטאג פ' תרומה • ו' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


פילע אידן האבן היינט באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון הרב החסיד המפואר ר' אשר אנשיל באב"ד עליו השלום, מיקירי חסידי וויזניץ, און נאנטער מקורב ביי אדמור"י בית סקולען, וועלכער איז נפטר געווארן היינט פארטאגס אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר.


מיט די פטירה פון הרב החסיד ר' אנשיל איז אוועקגעריסן געווארן א שטיק היסטאריע, א איד וואס האט מיטגעלעבט א וועלט בצל הקודש פון זיינע גרויסע רבי'ס, און געהאט די זכיה צו אויפטון פאר אידישע קינדער דורכאויס זיינע רייכע לעבנס יארן.


ר' אנשיל איז געווען א זון פון הרב החסיד ר' אבא באב"ד ע"ה, און א אייניקל פון די הייליגע צדיקים דער בעל מנחת חינוך דער טארנאפאלער רב ולמעלה בקודש.


שוין אלס אינגערמאן איז ער אויפגענומען געווארן אלס משמש בקודש ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע וועם ער האט באדינט מיט א מורא'דיגע געטריישאפט, אזוי אויך האט ער עוסק געווען בעבודת הקודש אינערהאלב קהל תורת חיים וויזניץ אין מאנסי, וואו ער האט געפירט די קהילה פאר א שיינע תקופה.


די לעצטע צענדליגע יארן איז ר' אנשיל געווען פון די גאר חשובע עסקנים אינערהאלב מוסדות הקדושים חסד לאברהם, שטייענדיג אלס א געטרייע גענעראל לימין הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל, ער איז געשטאנען אין שפיץ פון די מוסדות און געשאפט ריזיגע סכומים ארויסצוהעלפן די סקולענע רביים מיט זייער לעבנס וואונטש די הייליגע מוסדות חסד לאברהם.


ספעציעל איז באקאנט די געוואלדיגע דערגרייכונג וואס ר' אנשיל האט זוכה געווען מיט צענדליגע יארן צוריק, צו טרעפן די ציון הק' פון הרה"ק בעל אהבת שלום מקאסוב זי"ע, ריש שושולתא קדישא לבית קאסוב וויזניץ, אינאיינעם מיט הגה"צ ר' מענדיל שנעעבאלג זצ"ל גאב"ד מאנטשעסטער האבן זיי פאר עטליכע טעג גענישטערט אויף בערג און טאלן צווישן ביימער און הויכע געוויקסן, בשליחות הקודש פון די וויזניצע רביים, און נאך לאנגע זוכענישן האט ער געטראפן דעם ציון הק', וואו עס איז אויסגעשטיגן מיט די יארן אלס א באקאנטע מקום תפילה וואו טויזענטער אידן קומען מתפלל זיין אויף א יערליכע פארנעם.


די לעצטע צוויי דריי יאר איז ער ליידער נישט געזונט געווען נאכן ליידן א שווערע סטראוק רח"ל, און היינט דאנערשטאג צופרי איז ער נפטר געווארן לחיי העולם הבא איבערלאזנדיג א שיינעם דור, די לוויה איז פארגעקומען פארנט פון וויזניצע בית המדרש אין מאנסי, און ער איז געקומען לקבורה אויף די וויזניצע בית החיים נעבן זיין פאטער, גאר נאנט צום ציון הק' פון זיינע גרויסע רבי'ס לבית סקולען.


בראש המלווים ביי די לוי' האט זיך משתתף געוועהן כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ מאנסי שליט"א וועלכע האט באגלייט די מיטה ביז נאכן סתימת הגולל.


יהא זכרו ברוך.

Opmerkingen


bottom of page