top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רוסישער הויפט רב הרב בערל לאזאר באזוכט ביי הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א

מיטוואך פ' בחוקותי • כ"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


א גייסטרייכע באזוך איז נעכטן אפגעראכטן געווארן דורכ'ן הויפט רב אין רוסלאנד הגאון רבי בערל לאזאר שליט"א במעון הקודש פון כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ירושלים, וואו דער רב האט זיך נאכגעפרעגט איבער'ן וואוילזיין פון די אידן רוסלאנד, און באזונדער אויסגעפרעגט בפרטיות אויף די אלע ברייטע פעולות פאר די ארטיגע אידנטום. הרה"צ רבי יעקב מאיר האט זיך אויך באדאנקט פארן רב פאר זיינע פעולות ארויסצוהעלפן ברסלובער חסידים אין אומאן אוקריינע און צום שלוס מאציל געווען ברכת קדשו ער זאל ווייטער זוכה זיין אויפצוטון און ארויסהעלפן אידישע קינדער מיט הצלחה און סיעתא דשמיא.






Commentaires


bottom of page