187'סטע הילולא קדישא פון מרן החתם סופר זי"ע אפגעהאלטן מיט גרויס דערהויבנקייט במקום מנוחתו אין פרעשבורג
דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
טויזנטער אידן מכל קצוי תבל, האבן באלאגערט דעם שטאט פרעשבורג, פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש פונעם רבן של ישראל מרנא ורבנא דער הייליגער חתם סופר זי"ע, צום 187'סטע יארצייט וואס איז אויסגעפאלן דעם פארלאפענעם דינסטאג בראשית כ"ה תשרי, און צווישן די טויזנטער אידן וועלכע זענען דבוק באור תרותו האבן ספעציעל ארויסגעשיינט די גדולי הרבנים ונכדי בעל ההילולא.
די סדר ההילולא איז אנגעפירט געווארן מטעם ק"ק פרעשבורג לאנדאן, וועלכע פארפיגט דורכאויס דעם רונדע יאר אלעס ארום דעם ציון הקדוש אין פרעשבורג ובפרט מיטן נייעם הכנסת אורחים "מרכז החתם סופר" על יד הציון הקדוש, וועלכע שטייט בנשיאותו פון הגה"צ רבי שמואל לודמיר שליט"א גאב"ד פרעשבורג לאנדאן נכד בעל ההילולא.
במשך די גאנצע מעת לעת פונעם הילולא האבן די עסקנים אינאיינעם מיט די ארטיגע פאליציי זיכער געמאכט אז אלס זאל קלאפן על צד היותר טוב, אינעם ריזן קיך האט מען אפגעקאכט טויזנטער פארציעס בריוח גדול פארן געברויך פון די טויזנטער אורחים פוקדי הציון הקדוש. באזונדער איז היי יאר ערשטמאליג באנייעט געווארן די פראכטפולע מקוה טהרה וואס איז געשטאנען אין פולסטן דינסט פון די טויזנטער געסט, באזונדער האט אנגעהאלטן די פלוס פון צענדליגע נאכאנאנדע מנינים שחרית מנחה מעריב מבוקר עד הערב אינעם דערנעבענדיגן דעגנעזירטן בנין.
איינס פון די סאמע הויכפונקטן פונעם היי יעריגן יומא דהילולא איז געווען די פייערליכע מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אינעם שטאט פרעשבורג בעיצומו של יום ההילולא. די ספר תורה איז געשריבן געווארן לזכר נשמת מרנא ורבנא דער הייליגער חתם סופר זי"ע דורך א נדיב הרוצה בעילום שמו וועלכע איז עוסק רונדע דעם יאר להפצת תורת החתם סופר.
די סיום כתיבת האותיות און די תהלוכה האט זיך צום ערשט אנגעהויבן אין ירושלים עיה"ק בליל ההילולא, נאכגעפאלגט מיט א הערליכע סעודת הכנסת ספר תורה בשילוב מיטן סעודת ההילולא אין די גרויסער שאטער בחצר הקודש סלאנים אין די עזרת תורה געגענט וואו גאר א רייכע פראגראם איז געווען צוגעגרייט און מען האט געהערט הערליכע דרשות פון די גדולי הרבנים ומגידים, צווישן זיי: המשפיע הגה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן שליט"א מלעלוב, הגאון הגדול רבי מיכל זילבער שליט''א ראש ישיבת זוועהיל, הגאון הגדול רבי שמואל אליעזר שטערן שליט''א גאב"ד מערב בני ברק, הגאון רבי מנשה ישראל רייזמאן שליט"א, הגאון רבי חיים שמערלער שליט"א רב ביהמ"ד היכל צבי צאנז, און נאך.
דערויף איז די ספר תורה געפירט געווארן אין א ספעציעלע מלכות'דיגע טשארטער פליגער דירעקט צום שטאט פרעשבורג אין באגלייטונג פון הונדערטער אידן לומדי תורת החתם סופר וועלכע זענען מיטגעפארן מיטן טשארטער, ווי די תהלוכה האט ווייטער פארגעזעצט בתופים ובמחולות ברחובה של עיר פרעשבורג, וועלכע איז באקליידעט געווארן אינטער א יום טוב'דיגע שטימונג בשמחת התורה, א מחזה הוד וואס דער שטאט האט ווארשיינליך נישט בייגעוואוינט זינט די צווייטע וועלט קריג. די ספר תורה איז אריינגעפירט געווארן לקול תרועת הזמר אינעם היכל בית המדרש וועלכע געפינט זיך אינעם בנין הכנסת אורחים "מרכז החתם סופר" סמוך ונראה צום ציון הקדוש.
אין די פארנאכטס שעות איז אפגעראכטן געווארן די סעודת הילולא וסיום הש"ס ספעציעל פאר די לומדי החבורה "היכל החתם סופר" וועלכע זענען עוסק במשך א גאנצן יאר מאור תורתו ובמשנתו פונעם בעל ההילולא, קאמבאנירט מיט רייכע סעודת של מצוה לגומרה של תורה וואס איז געווען צוגעגרייט אויף א קעניגליכע פארנעם אזוי ווי עס פאסט צו אזא זעלטענע מאורע לכבודה של תורה.
די נאכנאנדע פלייץ ביים ציון הקדוש האט אנגעהאלטן אין די נאכט נאכן הילולא אזוי אויך צומארגנס ממחרת ההילולא, ווען עס האבן געהאלטן און איין שטראמען חבורות ושיירות מצויות פון אלע עקן וועלט, ווי די הכנסת אורחים האט במשך די טעג ארום די הילולא, צוגעשטעלט טויזנטער פארציעס עסן פאר די אלפי פוקדי הציון הקדוש, צוגעגרייט דורך די בארימטע "הכנסת אורחים ד'רימנוב" אונטער די השגחה פון קהל מחזיקי הדת אנטווערפן.
































































תגובות