top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד תפילת רבים דורך האד' מפינסק קארלין בראש קהל חסידיו ביים קבר שמואל הנביא אין ליכט פון רייע טראגעדיעס ה"י

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 30 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 30 בינו׳

דאנערשטאג פ' בא • א' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN


הונדערטער חסידי פינסק קארלין האבן זיך נעכטן פארזאמלט אויף אן עצרת תפילה רבתי נאכגעפאלגט מיט א כינוס חיזוק והתעוררות זיך מחזק זיין בענינים הצריכים חיזוק, אין ליכט פון א רייע שווערע טראגעדיעס וואס כלל ישראל גייט דורך אין די תקופה, און בנוסף צו דעם איז מען אנגעוואנדן אויף פילע ישועות ברוחניות ובגשמיות מבית ומבחוץ בפרט אין ק"ק פינסק קארלין. 


די עצרת איז פאררופן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א אין א ספעציעלע מכתב קודש וואס דער רבי האט אפגעשריבן פאר קהל חסידיו, אויך האט דער רבי שליט"א פערזענליך גערופן דעם ציבור ברבים זיך משתתף זיין ביים עצרת, ביי די דברות קודש ביים יארצייט טיש פארלאפענעם כ"ד טבת. די עצרת האט זיך אנגעהויבן מיט א מעמד התפילה ביים קבר שמואל הנביא, וואו מען האט געדאווענט מעריב און דערנאך געזאגט פרקי תהילים און סליחות, מעתיר זיין לישועת הכלל והפרט, ומי שענה לשמואל במצפה הוא יעננו און אין א פאראייניגטער כח התפלה דורכרייסן די שערי שמים להעביר את רוע הגזירה, ושלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו. די עצרת איז געווארן מיטגעהאלטן דורך די נשים און צעירי הצאן דורך א טעלעפאנישע הוקאפ.


נאכן מעמד התפילה איז מען אריבער צום טשעכנובער זאל אין די דערנעבנדיגע רמת שלמה געגנט וואו מען האט זיך געוואשן צו א סעודת ראש חודש אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן דעם דבר ה' ברמה און דברי חיזוק בעניני השעה, באזונדער האט מען געהערט א פייערדיגע דרשה פונעם מגיד מישרים הרה"ג ר' חיים מאיר גרינבוים שליט"א רב חסידי וויזניץ אין חיפה וועלכע האט האט אויפגעפלאמט די הערצער מיט דברי חיזוק בעבודת השם, איבערהויפט איבער די נסיונות הזמן ופגעי הטעכנאלאגיע.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page