top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילע חסידים ואנשי מעשה ביי שמחת נישואין בחצרות צאנז זוועהיל - סערדאהעלי - פאלטישאן

דינסטאג חיי שרה • י"ח חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי ווייס, JDN

 

בשמחה וצהלה איז פארגאנגענעם וואך אפגעראכטן געווארן די רבישע חתונה אין די הויפן פון צאנז זוועהיל - סערדאהעלי און ספינקא אנטווערפען, די חתן א זון פון הרה"צ ר' הערשיל כהנא שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפן שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ גאב"ד פאלטישאן שליט"א, מיט די כלה ערשטע איינקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, א טאכטער פונעם רבינס זוהן הרה"ג ר' אלעזר ניסן פריזאנט שליט"א איידעם ביי הגה"צ ר' חיים אלעזר מאנדלאוויטש שליט"א חבר ביד"ץ טארטיקוב, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, די שמחה איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדהר אין די זאלן פון אור החיים וויזניץ אין בארא פארק.


ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין די זיידע פון די חתן הגה"צ גאב"ד פאלטישאן שליט"א, ברכות ראשונות די זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א, ברכה אחריתא דער עלטער זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, נאכן חופה איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב ביי די מחתונים און זיידע'ס האדמור"ים והרבנים. 


די סעודת החתונה איז געווען צוגעשטעלט כיד המלך אינעם זאל, פאר די אברכים ובחורי צאנז זוועהיל אי געוועהן צוגעגרייט די סעודה אין די דערנעבידיגן ספינקא זאל, וואו כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א איז אריינגעקומען צו א לחיים טיש להרעיף מברכות קדשו בהאי עידן חדוותא. די רבי האט געטרינקען לחיים און נאכן זינגען עטליכע ניגוני שמחה האט די רבי משמיע געווען דברי ברכה, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן בעוז ובחדווה.


פון דארט איז דער רבי צוריק צו די וויזניצער זאל וואו ער האט מפאר געוועהן בראש השמחה און אויפגענימען די געסט רבנים, אדמור"ים און אנשים מכובדים וועלכע זענען געקומען אפגעבן ברכת מזל טוב. בשעת די ריקודין איז דער רבי אראפ צום חלל פון זאל און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ מיטן חתן, דערנאך אן עקסטערע ריקוד מיט די בני המשפחה, מיט די אברכי הקהילה, און מיט די בחורים און די מרביצי תורה. שפעטער איז די רבי געטאנצן א מחול לצדיקים מיטן מחותן כ"ק אדמו"ר מסערדאעהלי שליט"א, און זיין ברודער כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א.


בהדרת כבוד האט מען מקבל געוועהן די גרויסער פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א, וועם דער רבי האט מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן, דערנאך איז די רבי געטאנצן א ריקוד מיטן שוואגער די צאנז קלויזנבורגער רבי, און ווי אויך א ריקוד מיט אלע מחותנים און זיידע'ס.


די שמחה האט זיך געשלאסן מיט די געהויבענע מצו הטאנץ דורך די זיידע'ס האדמור"ים והרבנים שליט"א לפני הכלה, דערנאך האט מען אויסגערופן די מחותנים פון ביידע צדדים און צום לעצט דער חתן לפני הכלה. 


דאנערשטיג וירא איז אפגעראכטן געווארן די צענטראלער שבע ברכות דורך קהילה קדושה צאנז זוועהיל אין היכל המתיבתא אין יוניאן סיטי, עס האבן אויף געטרויטן הרה"ג ר' טוביה ליבערמאן שליט"א איידעם פון רבי'ן שוואגער כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א און דברי בדחנות איז געהערט געווארן דורך משמח הרב שלום אליעזר דים, וואו אויך האט מען געהערט דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א.


נאכן בענטשן האט די רבי געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים, און דער גאנצער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד שמחת בית צדיקים.



1 Comment


אהרן
Nov 20, 2024

מלפנים אבד"ק בעלזא....

Like
bottom of page