דאנערשטאג פ' קדושים • א' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי בעלזא איינוואוינער פונעם נייעם חרדישן יישוב אין נוף הגליל - הר יונה האבן די וואך מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכער איז ערשינען אויף א באזוך אין קרית בעלזא אין נוף הגליל וואו ער האט אויפגעטראטן ביי א כינוס דורך ארגון 'חיים של אושר' דחסידי בעלזא, וואס איז אקטיוו ארויסצוהעלפן און באגלייטן חתנים און פרישע אינגעלייט נאך די חתונה.
נאכן אסיפה איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי ערשינען אינעם גרויסן ביהמ"ד ווי מען האט געדאוונט מעריב, און מען איז דורך שלום נעמען. דערנאך איז ער ארויס ברחובות קריה זיך אומקוקנדיג אויף די בליה און וואוקס פונעם נייעם שטעטל, רבי אהרן מרדכי איז אריבערגעגאנגען צום נייעם פראכטפולע דירה וואס איז אויפגעבויעט געווארן פארן בעלזא רב שליט"א על פי בקשתו אין צענטער פון די בעלזא ישוב אין הר יונה. נאכן זיך אומקוקן אינעם דירה האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי קובע געווען א מזוזה בחדרו הפטרי פונעם רב שליט"א און אפגעראכטן א לעקח און בראנפן. אזוי אויך איז ער ארויף צום שטוב פון הרה"ח ר' שלום פריד הי"ו מעסקני הקהילה ווי עס איז פארגעקומען א סיום מסכת תרומות אין ירושלמי אין ראם פון מפעל 'אהבת תורה' דחסידי בעלזא.
Comments