זונטאג פ' מקץ • כ"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_ff66f65234d54a8b94139e1171ae4c53~mv2.jpeg/v1/fill/w_980,h_653,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_ff66f65234d54a8b94139e1171ae4c53~mv2.jpeg)
פארלאפענעם ליל שישי נאכן הדלקת נרות חנוכה איז כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א אנגעקומען צום ביהמ''ד 'אהבת ישראל' דחסידי וויז'ניץ אין לאנדאן וואו די רבי האט זיך משתתף געוועהן ביי די סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה''ק רבי חיים מאונטניא זי''ע בעמח''ס טל חיים וועמענס יארצייט געפאלט דעם ערשטן טאג חנוכה, די סעודה איז געוועהן צוגעשטעלט דורך די ברידער הנגידים לבית משפחת פעלדמאן קינדער פון הנגיד החסיד ר' חיים משה פעלדמאן ע''ה וועלכע פלעג יעדעס יאהר צושטעלן דעם סעודה.
די רבי שליט''א האט משמיע געוועהן דברות קודש במשנתו של בעל ההילולא אין דערמאנט דעם חשובן נדיב ר' חיים משה ע''ה וועלכע האט אליין געשטאמט פון אנטניא חסידים אין האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות אוועקצושטעלן א שם ושארית פאר בית אנטניא.
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_8d99fcf57c3842ee9a695c43754372c4~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_634,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_8d99fcf57c3842ee9a695c43754372c4~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_a9298726061647fb86e2860f90436759~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_735,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_a9298726061647fb86e2860f90436759~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_b8ed5f76d30e497a8929310695a6f9eb~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_735,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_b8ed5f76d30e497a8929310695a6f9eb~mv2.jpg)
![](https://static.wixstatic.com/media/f50a57_e263767e3ce84422b2107afd0a8775c3~mv2.jpg/v1/fill/w_980,h_735,al_c,q_85,usm_0.66_1.00_0.01,enc_auto/f50a57_e263767e3ce84422b2107afd0a8775c3~mv2.jpg)
Comments