top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר וועט פראווען ערשטמאליגער שבת התאחדות מיט משפחת המלוכה אין נייע סאטמארע קעמפ אין קערהאנקסאן

  • לפני יומיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' נשא ב' • י''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מטעם בית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז געמאלדן געווארן אז דעם שבת נשא וועט דער רבי שליט"א וויילן אויסער די שטאט און צום ערשטן מאל אפרעכטן א פריוואטע און אייגנארטיגע שבת בלויז מיט די בני משפחת המלוכה די זרע ברך ה', קינדער אייניקלעך און אור אייניקלעך בלי עין הרע.


דאס קומט נאכדעם וואס די ארגינעלע פלאן איז געווען, אז דעם רבינ'ס מעמד הכנסת ספר תורה זאל ווערן אפגעראכטן אויף א פריוואטע פארנעם בלויז מיט די באטיילעגונג פון די בני המשפחה כרצון קדשו פון רבי'ן, אבער נאך די הפצרות פון די הנהלת הקהלה אפצורעכטן די מעמד ברוב עם הדרת מלך פאר די גאנצע עדה הקדושה, וועט דער רבי אצינד פראווענען א שבת בלויז מיט די בני המשפחה בשבת אחים גם יחד.


די וואך האט דער רבי אריבערגערופן די הנהלה פון מחנה רב טוב אין קערהאנקסאן און אויסגעשמועסט אינאיינעם מיט בניו הרבנים שליט"א אלע דעטאלן ארום דעם שבת וואו די חברי ההנהלה האבן בחפץ לב געלאדענט דעם רבי'ן וכל הנלווים אליו צו קומען פראווענען דעם שבת בתוככי המחנה , ווי עס וועט צוגעשטעלט ווערן אלע געברויכן על צד היותר טוב כראוי וכיאות פארן רבי'ן שליט''א און די משפחת המלוכה.

bottom of page