top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממודזיץ אויפגענימען בנו הרה"צ רבי דוד דוב טויב אלס רב דחסידי מודזיץ אין ביתר

מוצאי שבת פ' מקץ • ד' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארלאפענעם ליל שישי ביים מעמד חנוכת הבית פארן נייעם מודזיצער שטיבל אין עיר התורה והחסידות ביתר בשילוב מיטן סעודה לגומרה של תורה לרגל די הכנסת ספר תורה צום נייעם ביהמ"ד האט כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א אין א איבעראשענדע שריט מכתיר געווען בנו חביבו הרה"צ רבי דוד דוב טאוב שליט"א לעמוד ולשרת בקודש אלס רב ומורה דרך פון חסידי מודזיץ אין ביתר.


די נייע רב הרה"צ רבי דוד דוב איז די פערדע זון פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א און א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון ירושלים, איז ברייט באקאנט מיט זיין הרבצת תורה והוראה און ידיו רב לו בשדה החינוך, דינענדיג אלס א מגיד שיעור און משגיח אין ישיבה קטנה נחלת דן מודזיץ אין בני ברק, און אלס ראש כולל להוראה יורה דעה דחסידי מודזיץ, אצינד איז ער אויפגענימען געווארן אלס ראוי לאותו איצטלא צו זיין דער איש על העדה אנצופירן די נייע בליענדע מודזיצער קהילה אין ביתר לשם ולתהלה.


בעפאר די מעמד האט די רבי צוזאנגערופן די חסידים תושבי ביתר אויף א אסיפה בחדרו הפרטי ווי די רבי האט איינגעמאלדן די חסידים בפרטית איבער די התמנות פונעם נייעם רב.

bottom of page