top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

להודות ולהלל • האד' מדינוב באקומען ערלויבעניש צו צינדן חנוכה ליכט אין שפיטאל

זונטאג פ' מקץ • כ"ז כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: From The Rabbis


מיט גרויס התרגשות האבן תלמידי וחסידי דינוב ערהאלטן די פרייליכע נייעס, אז נאך לענגערע שתדלנות און גרויסע עסקנות ביי די פארוואלטונג פון די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן, איז געגעבן געווארן ספעציעלע ערלויבעניש פאר כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א וועלכער האלט זיך דארט אויף אצינד, צו צינדן די נרות חנוכה אין חצר פון שפיטאל, להודות ולהלל לשמך הגדול ברוב עם הדרת מלך.


דער רבי שליט"א וועלכער איז ליידער אריבער א שווערע תקופה מיטן זיין שפיטאליזירט פאר עטליכע וואכן אין א שווערע געזונט צושטאנד, איז שוין ב"ה באפרייט געווארן פון די באהאנדלונגען אין שפיטאל, און געפונט זיך אצינד אין די ריהעב אפטיילונג אין שפיטאל מיטן האפענונג אז דער רבי וועט צוריקקומען צו די כוחות ווי אמשנעלסטן מיטן אויבערשטנס הילף.


אין די לעצטערע טעג איז אריינגעלייגט געווארן שווערע הארעוואניע דורך עסקנים און שתדלנים, צו פועל'ן ביי די שפיטאל פארוואלטונג צו ערלויבן דעם רבי'ן צינדן חנוכה ליכט, א שריט וואס איז כמעט אוממעגליך ווי באקאנט, און מיט גרויס סייעתא דשמיא האט מען ערהאלטן די אומגלויבליכע ערלויבעניש, און דער רבי קען צינדן די נרות אין חצר פון שפיטאל מיט א ענגע צאל מקורבים ומשמשים בקודש, להודות ולהלל לשמך הגדול.


אין אנדערע נייעס האט כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א אפגעשיקט א ספעציעלע מכתב קודש פאר כלל חסידיו לכבוד די ימי החנוכה, אינעם בריוו וואס דער רבי האט געשריבן די ערשטע טאג חנוכה, ערב שבת קודש לסדר לך נא ראה את שלום אחיך, ברענגט דער רבי ארויס זיין טיפע בענקשאפט און געגועים צו זיצן און פארברענגען אינאיינעם בשבת אחים און דאנקן דעם בורא כל עולמים אויף די גרויסע נסים, געלויבט השי"ת אז מ'שפירט זיך שוין אסאך בעסער און תפילות ישראל עושה רושם, אבער אין פאקט איז נאכנישט פארהאן די מעגליכקייט צו זיצן אין בית המדרש מיט אידן אינאיינעם ווי געווענליך, דערביי רופט דער רבי צו די חסידים זיך צו מחזק זיין באמונה טהורה, און ארויסקוקן אויף א לעכטיגע עתיד בסייעתא דשמיא.



Comments


bottom of page