top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידי מוסד הק' חסד לאברהם מיטגעהאלטן ימי התעלות בצל האד' מסקולען אין בארא פארק

מאנטאג פ' פקודי • א' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א זעלטן געהויבענע ביקור קודש איז פארגעקומען פארלאפענעם מיטוואך (ויקהל) בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א בעיר ואם בישראל בארא פארק, ווען עס זענען אריינגעקומען צום רבי'ן די תלמידים נאמנים פון מוסדות הקדושים חסד לאברהם אין אתרא קדישא מירון, נאך לענגערע וואכן פון הכנה דרבה בין לבבות התלמידים.


נאך עטליכע יאר וואס די תלמידי המוסדות האבן נישט געהאט די זכיה ליהנות בזיוו אורו און אריינגיין אל הקודש פנימה צום סקולענער רבי'ן שליט"א נשיא המוסדות, האט מען זיך אין די לעצטערע חדשים געגרייט בהכנה דרבה ארויסצופארן קיין אמעריקע אויף א באזוך ביים רבי'ן להסתופף בצל הקודש, די בחורים האבן זיך צוגעגרייט מיט שעות רצופות און קבלות טובות אין פארשידענע ענינים, לזכותו ולרפואתו פונעם רבי'ן שליט"א מרן ישעי' יעקב בן רייזל.


מיטוואך נאכמיטאג זענען די בחורים אנגעקומען קיין בארא פארק און אריין אל הקודש פנימה אינעם גרויסן צימער בביתו נאוה קודש, דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען און באגריסט די בחורים, זאגענדיג בקול רם "זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו", מען האט געזינגען עטליכע ניגוני קודש לבית סקולען, און דער מנהל הרב ישעי' גרינבוים האט אויפגעטרעטן מיט א שמועס, רעדנדיג איבער די געוואלדיגע הכנה וואס די בחורים האבן עוסק געווען. דערנאך האט מען געהאט די זכיה ווען דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, זאגענדיג אז די אלע תלמידי המוסדות זענען שטענדיג על לוח לבו.


דערנאך האט דער רבי פארטיילט מתנות פאר די חשובע מחנכים, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד. דערנאך האט דער רבי פאר א לענגערע צייט אויפגענומען יעדן תלמיד באזונדער, און זיך נאכגעפרעגט וויאזוי עס גייט צו אין די ישיבה.


דאנערשטאג נאכט זענען די בחורים ארויסגעפארן קיין מאנסי מתפלל זיין ביים ציון הק' פון אדמור"י בית סקולען זי"ע, אין אויף דעם שבת שקלים האבן די בחורים געוויילט אין די סקולענער הויף אין בארא פארק, דורכאויס דעם גאנצן שבת האט כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א ארויסגעוויזן א קירבה יתירה פאר די בחורים, איבערהויפט שבת אינדערפרי ווען דער רבי האט געטאנצן מיט זיי אויף די ניגוני מירון.



Comments


bottom of page