top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רַנְּנוּ צַדִּיקִים • ציבום עצום ביי שמחת החתונה פון החתן בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מביאלא ב"ב שליט"א

דאנערשטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

אשרי עין ראתה קהל קדושים ששים ושמחים בשמחת בית צדיקים, ווען הונדערטער חסידי ומעריצי ביאלא בני ברק האבן זיך מיטגעפריידט בשמחתו פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, ביים שמחת החתונה פונעם בן זקונים ביים רבי'ן שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס שמחה און פאר והדר אין עיר התורה והחסידות בני ברק.


נאך לענגערע חדשים פון אקטיווע הכנות ברוחניות ובגשמיות, האט זיך אנגעזעהן די געוואלדיגע התרגשות ביים גאנצן ציבור, ווען מ'האט דערגרייכט דעם היסטארישן מאמענט, דעם לאנג ערווארטעטן שמחה בחצר הקודש.


די מעמד קבלת פנים און חופה איז פארגעקומען בחצר הקודש ביאלא אויף רח' ירושלים אין בני ברק, שוין אין די נאכמיטאג שעה'ן האט די גאנצע אומגעגנט פונעם ביהמ"ד געווירבלט מיט פילע חסידים זקנים עם נערים וועלכע האבן געשטראמט מיטצוהאלטן די גרויסע שמחה, אנגעהויבן מיט א סדר לימוד כהכנה דרבה, און דערנאך תפילת מנחה ברוב עם אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א, און זמני כניסה פאר די חסידים אריינצוגיין מיט קוויטלעך להיזכר לטובה אינעם גרויסן עת רצון ביום החופה.


זעקס אזייגער איז די רבי ערשינען צום קבלת פנים אינעם היכל ביהמ"ד וועלכע איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום, בדחנא דמלכא הרב יוסף דוד הירשלער הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזין וכיבושין, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע התרגשות בהאי עידנא דחדוותא ווען די רבי מאכט חתונה זיין בן זקונים אינעם הייליגן ארט כותלי בית המדרש יוכיחו צווישן די פיר ווענט ווי די גרויסע זיידע הרה"ק בעל 'להבת דוד מביאלא' זצ"ל האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בסילודין, דאן איז מען ארויס צום מעמד החופה ברחובה של עיר פארנט פון ביהמ"ד, וואו דער גאנצע גאס איז געוועהן שווארץ מיט מאסן חסידים. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, קריאת הכתובה כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א פון אשדוד, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד ערלוי אלעד, דעם רבינ'ס פעטער הרב דוד בערקאוויטש שליט"א, די פעטער כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א פון בארא פארק, און כ"ק אדמו"ר מביאלא הר יונה, ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מהאלאמין שליט"א.


נאכן חופה האט די רבי שליט"א אבי החתן מכבד געווען די סלאבאדקע ראש ישיבה משמיע צו זיין מברכות קדשו לכל העם הנאספים, און דערנאך האט די רבי שליט"א אנגעוונטשן דעם ציבור מיט ווארימע ברכות, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


די סעודת החתונה פאר די חסידים איז סערווירט געווארן אויף א ברייטע פארנעם אין די פראכטפולע באיאנער זאל, און פאר די משפחה אין די גרויסע שטאטישער אודיטאריום אין רמת אלחנן, אום צען אזייגער איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה אינעם זאל לקול תרועת הזמר ווען דער גאנצער ציבור ארום הייבט זיך העכער און העכער בשמחה וחדוה.


דורכאויס די שמחה זענען פילע אדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבות געקומען באשיינען די שמחה און וואונטשן מזל טוב, צווישן זיי די פעטער'ס האדמורי"ם מסערט וויזניץ, קרעטשניף סיגעט, ביאלא בארא פארק, און האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, דאראג, בוהוש, אלכסנדר, סאסוב, פיטסבורג, פרימישלאן, נדבורנא ירושלים, שומרי אמונים ירושלים, שומרי אמונים אשדוד, קאזמיר, מיאלען, יערוסלאב, ראחוב, ביאלא רמת אהרן, ביאלא פשיסחא, ביאלא ישרי לב, אלעסק ארה"ק, קארלין לעלוב, הגה"צ רחי"א לנדא גאב"ד בני ברק, הגאון הגדול רש"א שטרן רב מערב בני ברק, הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר ב"ב, גאב"ד פרדס כ"ץ, גאב"ד ביליץ הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד בעלזא, אב"ד ערלוי ב"ב, הרה"צ רבי דוד צבי און הרה"צ רבי בעריש קאהן בני האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק, הגאון רבי חיים לייב רובינשטיין רב רמה ד' 2 בית שמש, הגאון רבי אברהם שרגא שטיגליץ אב"ד צאנז ביתר, אב"ד ראחמיסטריווקא ב"ב, אב"ד קרעטשניף, אב"ד קרעטשניף ב"ב און נאך.


נאך ברכת המזון ושבע ברכות האט מען צוגעטרעטן צום רעווא דרעווין די מעמד המצווה טאנץ, צום ערשט זענען געטאנצן די זיידעס האדמו"ר מהאלמין און אב"ד ערלוי אלעד, בחרדת קודש האט מען צוגעטרעטן צום מצוה טאנץ פונעם געהויבענעם אבי חתן דער רבי שליט"א וועלכע איז אראפ אין צענטער פונעם זאל און פאר לענגערע מינוטן מעודד געוועהן די ניגוני התעוררות, אין די צייט וואס די גאנצע זאל איז פארוואנדלט געווארן אין איין שטיק התעוררות והתרוממות הנפש, דערנאך האט דער רבי אנגעכאפט דעם גארטל און געטאנצן די ריקודין לפני הכלה ווען די ציבור ארום און ארום הייבט זיך בריקודין עילאין, דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים, דערנאך האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מביאלא בארא פארק שליט"א, און דערנאך א רינג מיט די בני משפחת המלוכה, דערנאך זענען געטאנצן די מחותן אבי הכלה, און די חתן לפני הכלה, עס איז שוין געווען נאך דריי אזייגער ביינאכט ווען די שמחה הרוממה האט זיך געשלאסן זייענדיג א הערליכע איבערלעבעניש פאר יעדער וואס האט דאס מיטגעלעבט.

















































































































留言


bottom of page