top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

זה הקטן גדול יהיה • סאדיגורה חסידים מיטגעהאלטן שמחת ברית מילה לבן האד' מסאדיגורה

זונטאג פ' שמיני • כ"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

מיט שמחה'דיגע געפילן אין התרוממות הנפש האבן הונדערטער חסידי סאדיגורא היינט מיטגעהאלטן די גרויסער שמחה במעון קדשו פון מורם ורבם כ''ק האדמו''ר מסאדיגורא שליט''א ביים שמחת הברית מילה לבן הנולד לו למזל טוב.


די שמחה האט זיך אנגעהויבן דעם שב"ק פרשת צו - שבת פרה ביים שבת שלום זכר, וואס איז געפראוועט געווארן בהיכל ביהמ"ד הגדול סאדיגורה אין בני ברק, ברוב עם הדרת מלך מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל און געסט מעבר לים. באזונדער האט זיך אנגעזעהן דער חותן המלך הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך דומ"ץ מחזיקי הדת אנטווערפען ואב"ד אהל יעקב וועלכע האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שבת של שמחה.


א גרויסער ציבור האט געשטראמט צום שולחן הטהור ליל שבת צו אפגעבן דעם מזל טוב פארן בעל שמחה די רבי שליט"א, די רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש פון שלום עליכם און נאכן בענטשן האט מען אריינגעברעגנט די בונדלעך אין ביר לכבוד די שמחת השלום זכר, ווען דערביי האט די קאפעליע מהנה געוועהן מיט ניגוני שמחה והודאה. הונדערטער אידן האבן זיך געשלענגערט דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב, און די רבי האט יעדן צוריקגעוואונטשן במאור פנים. עס האט זיך דערביי אנגעזעהן חשובע אדמור''ים ורבנים פון שטאט וועלכע זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט די שמחה פון רבי'ן שליט"א.


מוצאי שבת נאך הבדלה איז פארגעקומען די מעמד הקריאת שמע ליינען, וואו די רבי שליט''א האט געליינט קריאת שמע און געזאגט די פסוקים מיט די ילדי החסידות, דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד די שמחה, און די רבי פארטיילט פעקלעך פאר די ילדי החמד.


שפעטער באנאכט איז אפגעראכטן געווארן די וואך נאכט סעודה אינאיינעם מיטן מלוה מלכה געווידמעט פאר די בחורי החסידות, און די תלמידי הישיבות הקדושות. די רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה, אין געטרינקען לחיים, מען האט געזינגען ווארימע אין לעבעדיגע ניגונים בתופים ומחולות ביז שפעט אין די נאכט אריין, נאכן בענטשן האט מען איבערגעליינט קריאת שמע כנהוג מיט אדון עולם אויפן נוסח ימים הנוראים.


היינט זונטאג אינדערפרי פארן דאווענען האבן זיך די בחורים געזעצט אויף א סדר לימוד שעות רצופות לכבוד די שמחה, נאכן ווארימע דאווענען אין ביהמ''ד הגדול  איז פארגעקומען די שמחת הברית אינעם היכל השולחנות. די רבי שליט''א - אבי הבן האט געזאגט די פסוקי ייחוד, מיט סנדקאות איז מכובד געווארן די פעטער מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' וועלכע האט זיך ספעציעל מטריח געוועהן און געקומען צו פארן ממקום מושבו אין נתניה וואו דער גאון וויילט די טעג אויף אפרוה, ברכות וקריאת השם האט געזאגט די זיידע הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך דומ"ץ מחזיקי הדת ויקרא שמו בישראל, 'אליהו' נאכן זיידן הגאון רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפען, מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן כ"ק האדמו"ר מוואסלוי שליט"א, כסא של אלהו די פעטער הרב פנחס שפירא אב"ד סאדיגורה תל אביב, און מיט די איבעריגע כיבודים זענען מכובד געווארן די נכבדי העדה אין קרובי המשפחה, צווישן זיי הגה"צ רבי זושא הורוויץ אב"ד קהל חסידים אלעד, הגה"צ רבי אביעזר שפירא אב''ד דרוהביטש, הרה"ג רבי יוסף צאלער ראש ישיבת סאדיגורה, הרה"ג רבי זעליג בראוועמאן ראש ישיבה קטנה סאדיגורה, הגה"צ רבי יהושע הורוויץ דומ"ץ בעלזא שכונת אור אלחנן, הרב אלימלך שפירא ראש הקהל סאדיגורה און נאך.


נאכן ברית האט די רבי שליט"א ארויסבאגלייט די סנדק מרן פוסק הדור ביז צום קאר, אין דערנאך ערשינען צום מסיבת לחיים לכבוד די שמחה. נאך א קורצע הפסקה האט מען ממשיך געוועהן די סעודת מצוה מיט פרייליכע ניגונים אין ריקודין של שמחה, ווען די רבי שליט"א איז שטארק מעודד די ריקודין, און האט זיך עטליכע מאל פייערדיג צוקלאטשט מרוב שמחה וחדוה. עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער זיידע הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א דומ"ץ מחזיקי הדת וועלכע האט ארויסגעגעבן רגשי לבבו נאך אזא שיינעם שבת, דערנאך האט דער בעל שמחה די רבי שליט"א משמיע געוועהן אמרי קודש בענייני ברית מילה, בסיום דבריו האט זיך די רבי באדאנקט פאר אלע משתתפים ביי די שמחה און בפרט די וואס זענען געקומען צו פארן מעבר לים, און מסיים געוועהן מיט ווארימע ברכות פארן שווער ער זאל דערלעבן די חתונה פון דאס קינד אין פריידן.


עס איז שוין געווען פארן שקיעה ווען מען האט געבענטשט ברכת המזון און געזינגען די הרחמן'ס, וואס האט נאכגעפאלגט מיט ריקודין של שמחה דורך די חסידים זקנים עם נערים.


צווישן די אדמור"ים ורבנים חשובים וועלכע האבן זיך משתתף געוועהן ביי די מעמדי השמחה, די שלום זכר, וואך נאכט, און די סעודת ברית האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מפיטסבורג, וואסלוי, גארליץ, און ביאלא רמת אהרן, הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק, הגאון רבי משה שאול קליין דומ"ץ וויז'ניץ, הגאון רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א דומ"ץ וויזניץ און נאך.