top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע דינער להחזקת כולל חיים ושלום זכרון צבי מונקאטש פארגעקומען אין בארא פארק

זונטאג פ' תזריע • כ"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארגאנגענעם זונטאג (ויקרא) איז אין בארא פארק פארגעקומען די יערליכע דינער להחזקת כולל חיים ושלום זכרון צבי מונקאטש. די דינער איז פארגעקומען אינעם 'אולם החדש' אויף די 51'סטע גאס, ווי הונדרעטע אידן, נדיבים בעם ותומכי מוסדות מונקאטש, אין די צענדליגע חברי ורבני הכולל האבן זיך צאמגענומען לכבודה של תורה ולומדיה.


די יושב ראש הרה"ח ר' יצחק דוד מייער הי"ו ראש המשוררים בחצר הקודש מונקאטש האט געעפענט די מעמד, און טרעפליך ארויסגעברענגט די חשיבות פון די מסיבה און די זכיה אויסצוהאלטן אזא חשובע מקום תורה, ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט די חשיבות פון די נגידים ותומכים וואס האבן די זכיה צו באקומען א מטבע קודש פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, ספעציעל שטייענדיג פאר 'שבת שקלים'.


ער האט אויפגערופען די פרס 'הרבצת התורה' הרה"ג ר' לייבל ציזנער שליט"א לאנג יעריגע 'ראש חבורה' אינעם כולל, וואס האט ארומגערעט איבער די חשיבות פונעם כולל וווי ער איז זוכה צו מרביץ תורה זיין צוזאמען מיטן ראש הכולל הגה"צ ר' יוסף הורווויץ שליט"א חדב"נ פונעם רבי'ן שליט''א.

 


דאן איז פארגעקומען א גאר אינפארמאטיווע פאנעל 'שירי קודש' אנגעפירט דורכן ידען נפלא בניגוני צדיקים הקודמים הרב דוד מאיר רוס הי"ו, צוזאמען מיט די משוררים בחצר הקודש מונקאטש, ווי מ'האט צוזאמען אויסגעשמועסט עטליכע פון די הייליגע ניגונים וואס ווערן געזינגען בחצר הקודש דורכן יאר אין און די ימים טובים, א גרויס התעוררות האט געהערשט אין זאל ווען מען האט געזינגען די הייליגע ניגונים אין תנועות פון צדיקי בית מונקאטש ביז ארויף צום הייליגן בני יששכר זי"ע, ווי אויך פון אנדערע צדיקים זי"ע.


דערנאך האט מען געהאט די זכיה מקבל זיין פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וואס האט זיך באגריסט מיט אלע רבנים אויפן אויבן אהן. עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה די ראש הכולל הגה"צ רבי יוסף הורוויץ שליט"א וואס האט מיט זיין לשון לימודים משמיע געווען דעם 'דבר הכולל' ארויסברענגענדיג די וואוקס פונעם כולל באיכות ובקמות.


צום קלימאקס האט מען געהערט די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט זיך באדאנקט פאר אלע חשובע רבנים פארן זיך משתתף זיין ביי די מסיבה, אין משמיע געוועהן דברי תורה וחיזוק. די רבי האט מסיים געווען מיט א יישר כח פאר אלע משתתפים בגוף ובממון אין ספעציעל אנגעוואונשטן פאר חתנו די ראש הכולל שליט"א ער זאל ווייטער מצליח זיין מיט זיין הרבצת התורה. די רבי שליט"א האט בתוך דבריו אויך דערמאנט די תקנות וואס זענען לעצטענס איינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד הגדול בנוגע נישט רעדן ביים דאווענען אין אפהיטן קדושת הבית מדרש.


נאך די דברות קודש האט די רבי שליט"א פארטיילט געבענשטע מטבעות קודש אריינגעלייגעט אין א הערליכע זייגער, פאר די גרעסער נדיבים, דערנאך האט די רבי שליט"א פארטיילט זיין נייע ספר 'דרכי תשובה חלק ח' פאר די חברת המשוררים אין פאר אלע עסקני הדינער.













bottom of page