top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפת הרבנים אין שטאט מאנסי איבער די פירצות ביי כיסוי הראש פון נשי ישראל

זונטאג פ' האזינו א' • כ"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

קרעדיט: קרית יואל היימטשאט


א זעלטענע "כינוס הרבנים" איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם וואך אין דער שטאט מאנסי צו מאכן באלדיגע תיקונים אין די שרעקליכע פירצות פון 'כיסוי הראש' - לאנגע צולאזטע שייטלען, שייטלעך וואס זעען אויס ווי אייגענע האר ר"ל, וואס צוליב די אומוויסנשאפט פונעם נייעם דור איבער די הארבקייט פון די ענינים, איז אנשטאנען א שרעקליכע ירידה אין דעם הינזיכט. טראץ וואס דאס איז א דירעקטע תוצאה פון א שטארקע חסרון ידיעה ביים יונגן דור, און נישט ח"ו מיט א שלעכטע כוונה, האט מען זיך אבער ליידער דערזען אין א שרעקליכע ירידה אינעם מצב הצניעות, וואס שטעלט אין געפאר דער עתיד פון קדושתן של ישראל, רחמנא ליצלן. דער "כינוס הרבנים" מאנטאג נצבים וילך איז פארגעקומען אין די זאלן פון די וויזניצער בית חינוך לבנות אין שטאט, וואו עס איז געווען פארזאמלט נאנט צו 100 גדולי הרבנים און מורי הוראות יושבים על מדין פון שטאט.


איינגעלייטעט דער אסיפה האט הגה"צ אב"ד פאפא מאנסי שליט"א מיט פלאמפייערדיגע דיבורים וואס האט ארויסגעברענגט בנועם אמריו די ציל פון די אסיפה, זיך צו מחזק אין די דברים הצריכים חיזוק, וואס האט זיך אריינגעכאפט אין היימישע מחנה אזעלכע שייטלעך וואס מען האט ביז לעצטענס געזען נאר אין די גאר ווייטערע קרייזן ווי צב"ש מאדערן ארטאדאקס א.א.וו. וואס אפילו אויסער'ן חלק הלכה שפירט יעדער בר דעת וואספארא פריצות דאס איז, און אז דאס האט זיך אנגעהויבן אריינכאפן דורכדעם וואס מ'האט אנגעהויבן בכלל צו טוישן פון די עלטערן, וואס איז די עפענונג צו אנקומען צו די הארבע איסורים. צום סוף האט ער ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די רבני העיר צו שטיין על המשמר צו כסדר מעורר זיין איבער די הארבקייט פון די פרויען וואס גייען מיט די פריצות'דיגע שייטלען וואס זענען ליידער חוטא ומחטיא את הרבים, און קלארשטעלן פאר די ציבור את הדרך אשר ילכו בה.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב"פ, אז יעצט שטייענדיג פאר די הייליגע טעג אין די צייט וואס פריערדיגע גדולי ישראל האבן אויסגענוצט די זמן מעורר צו זיין אויף די פירצות בעניני צניעות, איז דער זמן וואס מיר ברויכן ממשיך זיין די הייליגע מסורה. עס איז חיוב אויף די רבנים צו כסדר מעורר זיין און האלטן וואך דעם ציבור מען זאל וויסן מיט וואסערע הארבע איסורים מען שפילט זיך ארום, דער ציבור איז א ערליכער ציבור און וויל הערן און טון כדת של תורה.


דאן האט ער איבערגעגעבן די קלארע פסק הלכה פונעם דור הקודם פון אלע גדולי הרבנים פון אלע שיכטן און קרייזן, אז מען מוז דערקענען אויף א שייטל אז דאס איז א שייטל און נישט איר האר, ווען ער האט דערביי שטארק אויך קלארגעשטעלט איבער צדי לעצטערע פירצה נוראה פון 'לעיס פראנט' און 'לעיס טאפ', אז דאס איז אין כלל פונעם איסור און האט נישט קיין שום היתר. אזוי אויך האט ער דערמאנט זיך צו דערווייטערן אינגאנצן פון שייטלעך וואס האבן אין זיך 'ווייט פארט', און פון אלע סארט סטייל'ס וואס ווערן געמאכט מיט א דירעקטע ציל צו גיבן די אויסזען פונדערווייטנ'ס ווי די אייגענע האר ממש ווי אלס מיידל ה"י. צווישן זיינע ווערטער האט דער דיין ארויסגעברענגט זייער שטארק און קלאר, מיט א קלארע דעת תורה אז די שייטלען וואס האבן זיך פארלענגערט די לעצטערע יארן איז א שרעקליכער דורכברוך אין צניעות, און א פריצותנוראה. דאס וואס די שייטל טוט אנרירן די אקסלען, און אפילו נאך ווייטער רח"ל, איז קעגן דעם רצון השם! ס'איז נישט צום גלייבן ביז וואו מען האט זיך דערקייקלט ה"י. עס איז נישט דא קיין שום היתר און מען טאר נישט גיין לאנג אדער צעלאזט, נאר אינגאנצן קורץ איידל און באשיידן! דער דיין שליט"א האט אפעלירט אז די חתנים מדריכים און די כלה טיטשערס זאלן אויסלערנען פאר די וואס האבן חתונה די ערנסטקייט פון דעם ענין, מען זאל וויסן וועלכע שייטל מען טאר נישט גיין. און ארויסגעברענגט אז דער אסיפה איז נישט נאר פאר מאנסי, נאר אויך פאר אלע אנדערע אידישע געגנטער, און אז מ'וועט טוהן דערין איז זיכער אז מ'וועט מצליח זיין און געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן.







Comments


bottom of page