כנהוג מקדמת דנא: ריזן ציבור מיטגעהאלטן יערליכע דרשת ז' אדר דורך האד' מוויען
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 4 דקות
דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

פילע הונדערטער אידן, תלמידי וחסידי וויען און תושבי וויליאמסבורג האבן זיך דעם מאנטאג אוונט פארזאמלט אינעם היכל הבית המדרש דקהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג, צו הערן די "ז' אדר דרשה" דורך דעם פום ממלל רברבן, כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וואו דער מנהג מקדמת דנא פון די מאורי ישראל און גדולי עולם אין אויבערלאנד, וועלכע האבן געהאלטן די דרשה ביומא דהילולא פון משה רבינו ע"ה, פול מיט דברי כיבושין און תוכחת מוסר וואס אנבאלאנגט דעם כלל און דעם פרט, ווי אויך דברי הספד אויף די אלע גדולי ישראל וועלכע זענען נסתלק במשך דעם פארלאפענעם יאר לגנזי מרומים.
נאך תפילת מעריב און אמירת תהילים, האט זיך דער רבי שליט"א מתעטף געווען בטלית און אנגעהויבן די דרשה מיט א דרוש נחמד, בביאורים נפלאים אין די פרשת השבוע, דערנאך האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען מיט דער מנהג צו זאגן דברי הספד אויף די גדולי ישראל, אדמור"ים, רבנים וראשי ישיבות וועלכע זענען נסתלק געווארן במשך דעם פארלאפענעם יאר.
נאכן ארויסברענגען דעם באגריף פון סילוקן של צדיקים און די דביקת און הכנעה וואס פאדערט זיך זיך מקשר צו זיין צו די צדיקים וואס זענען נאך פארבליבן מיט אונז, האט דער רבי אנגעהויבן בקול בוכים מיט קורצע דברי הספד, בראש וראשון האט דער רבי באוויינט די לעצטיגע פטירה פון הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ראש ישיבת הרמה לאנדאן. מיט א באזונדערע הערכה האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די פארלוסט פון הגאון הגדול רבי ברוך שמואל הכהן דויטש זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, און נאך ערליכע אידן צדיקים און ראשי ישיבות ומרביצי תורה, וואס די רבי שליט"א אויף יעדעם עקסטער זיך אפגעשטעלט און מאריך געווען בשבחם אין זייער תורה ועבודה.אזויווי דער מנהג אין קהלה קדושה וויען האט זיך דער גאנצע עולם אראפגעזעצט אויף דער ערד נאכן אויסהערן די חלק ההספד פונעם דרשה און געזאגט אינאיינעם א קל מלא רחמים אויסרעכענענדיג די נעמען פון אלע צדיקים וואס מען האט פריער דערמאנט.
נאך קל מלא רחמים האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן די חלק המוסר, וואו ער האט בראשית דבריו גאר שטארק מרחיב בדיבור געווען איבער די שעדליכע פגעי הטעכנאלאגיע, דער רבי האט געזאגט, אז פון די וואס האבן נישט קיין ריכטיגע פילטער אויף די כלים, פון זיי רעדט ער בכלל נישט, ווייל די אלע גייען אריין אין כלל וואס די גמרא רופט אן "איכא דרכא אחרינא נקרא רשע", עס איז נישט דא קיין שום היתר בעולם צו האבן א כלי אן קיין פילטער, און אפילו נישט מיט קיין שוואכערע פילטער אויב דארף מען נוצן א שטערקערע פילטער.
דער רבי בעיקר געוואנדן זיינע רייד אויף די א.ג. כשר'ע טעכנלאגישע כלים, די שרעקליכע צייט פארברענגעניש וואס עס איז גורם, עס נעמט אוועק די קאפ פונעם מענטש, עס פארשווענדט די טייערע צייט פאר הוילע פיסטע זאכן וואס האבן נישט קיין שום ניצן, עס רייצט אן צו די הבלי עוה"ז, אפילו אסאך מאל קוקט אויס אז דורך די כלים קען מען גרינגער אנקומען צו געוויסע סארט מיטלען אין די ארבעט וכדומה, דארף מען ווידמען א געוויסע צייט און מקום וואו ער באנוצט זיך מיט די כלים, מה טוב ומה נעים נישט אריינברענגען די כלים אין שטוב און נישט זיין צוגעבינדן דערצו.
אין ביהמ"ד איז אפגערעט אז א טעלעפאן דארף זיין בבל יראה ובל ימצא, און בכלליות זאל מען זעהן נישט ארויסצונעמען ברבים א סמארטפאון וואס ברענגט אריין א קרירות.
באזונדער האט זיך דער רבי באצויגן צו די נייע ערפינדענע טעכנלאגישע מיטל פון AI, וואס איז א שרעקליכע סכנה פארן דור, מען הערט זיך אן מיט כל מיני שמוץ, דיעות כוזבות, מען זאל גארנישט אנפרעגן פון זיי קיין דעות, גארנישט הערן פון זיי, ושומר נפשו ירחק מהם.
עקסטער האט דער רבי שליט"א גאר שטארק מעורר געווען איבער די מצוה און זהירות פון כיבוד אב ואם, און זיך באצויגן צו די ווייטאגליכע מציאות איבער די הזנחה וואס הערשט ליידער אין דעם ענין, בכלליות ביי עלטערן וואס קומען אן אין די ימי הזקנה בליעה"ר דארפן זיי צוקומען צו מער הילף פון די קינדער, און עס ליגט א אחריות אויף די קינדער ארויסצוהעלפן די עלטערן, און מיט דעם איז מען מקיים מצות כיבוד אב ואם אויפן העכסטן שטאפל.
און באזונדער ביי קינדער פון צעטיילטע שטיבער ל"ע, מאכט זיך אמאל אז די קינדער האקן אפ מיט די עלטערן, מען העצט זיך איינער קעגן צווייטן, א זאך וואס האט נישט קיין שום היתר שבעולם, כאטש וואס ביי אזעלכע סארט פעלער קענען צומאל די קינדער ווערן בא'עוול'ט דורך די עלטערן, ווערט שוין גע'פסק'נט אין שולחן ערוך אז אפילו אויב די טאטע פארשעמט די קינדער ברבים, ער נעמט אוועק זייער געלט, דאך איז נישט דא קיין שום היתר זיי צו פארשעמען אדער אפהאקן מיט זיי.
מצד השני האט דער רבי געזאגט, אז אויף די עלטערן זעלבסט ליגט די אחריות נישט צו טון אזעלכע מעשים וואס זאל קענען מכשיל זיין די קינדער מיט א פגיעה אין כיבוד אב ואם.
מענין לענין איז דער רבי אריבער רעדן איבער די נושא פון "שרייבן צוואות", מען זאל זיכער מאכן אז אלעס איז געשריבן געווארן כהלכה, זיכער מאכן אז די יורשים באקומען זייער גלייכע טייל בצדק וביושר, עס זאל נישט חלילה צוקומען צו גניבה וגזילה, און די בעסטע וועג צו פארמיידן מחלוקת חלילה איז בלויז אויב די צוואה איז געשריבן געווארן על פי דת תורה.
בסיום דבריו האט דער רבי שליט"א גאר שטארק מעורר געווען בגודל מעלת קביעות עתים לתורה, א איד זאל זיך קובע זיין לכה"פ איין שעה א טאג בלויז פאר לימוד התורה, און מען זאל אפמאכן ביי זיך אז די שעה איז בלויז פארן לערנען און גארנישט עפעס אנדערש. און ווי ראטזאם איז צו זיך אנשליסן אין די חבורות, לערנען די קביעות'דיגע סדר הלימוד מדי יום ביומו, מאכן בחינות, עס טוישט דאס לעבן, כי הם חיינו ואורך ימינו.
די רבי שליט"א האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע פארזאמלטע און אויסגעפירט מיטן לשון הפסוק ליהודים היתה אורה ושמחה, דעם חודש שמרבין בו שמחה זאל שוין זיין א סוף וקץ לכל צרותנו.
נאך די דרשה איז געווען צוגעשטעלט לחיים דורך די חברא קדישא ווי דער עולם איז אריבער געבן לחיים און זיך וואונטשן פונעם רבי'ן שליט"א, און די חברא קדישא האט פארטיילט חלה מיט אייער כנהוג לכבוד די יארצייט פון משה רעיא מהימנא ע"ה.























תגובות