קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- לפני 46 דקות
- זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש
בבית אלוקים נהלך ברג"ש: האדמו"ר מבאבוב ווערט געזען גיין אין ביהמ"ד, זיך שלעפנדיג אין די שווערע שנייען.

האדמו"ר מבעלזא איז מעיין אין די סעריע ספרים יסוד החיים וואס אנטהאלט שיחות און הדרכות בדרכי החינוך פון גיסו האדמו"ר מוויזניץ, און איז אין די טעג ערשינען לאור עולם.

די צוויי שותפים הנגידים ר' יואל לאנדא און ר' דוד געפנער בקודש פנימה ביי האדמו"ר מוויזניץ וועלכער האט זיך אינטערסירט ביי ר' דוד איבער זיין אפשטאם פון באקאנטע וויזניצער חסידים.
הרה"ג ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט וויליאמסבורג נכד האדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) טרעט אויף ביים סעודת שלושים פון הרבנית טייטלבוים ע"ה מוטטער פון יבלחט"א הרב שמואל טייטלבוים משב"ק האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י), פארגעקומען אין סיגוטער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.
האדמו"ר מסקווירא פארלאזט די עטרת טשארנא זאל אין שיכון סקווירא נאכן אנוואונטשן זיינע אור אייניקלעך חתן וכלה אינעם ייחוד שטוב נאכן חופה כנהוג.
הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה לעיקוואוד ווערט געזען גיין אין ישיבה, זיך שלעפנדיג אין די שווערע שנייען.

צוליב די פארשארפטע זיכערהייטס מאסנאמען במשך חודש אדר (פורים) געפינט זיך האדמו"ר מסאטמאר אונטער באשיצונג פון דער עליט סאטמאר פראטעקטיוו דיוויזשאן (SPD), מתלמידי המתיבתא אין קרית יואל.

די שוואגערס האדמו"ר מוויזניץ ירושלים און אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי ביים אונטערפירן די אייניקלעך אונטער די חופה, ביי די חתונה הגדולה בחצרות וויזניץ אין בארא פארק.

כמנהג מקדמת דנא ביים דרשת ז' אדר דורך האד' מוויען האט זיך דער גאנצע עולם אראפגעזעצט אויף דער ערד נאכן אויסהערן די חלק ההספד פונעם דרשה און מען האט געזאגט אינאיינעם א קל מלא רחמים אויסרעכענענדיג די נעמען פון אלע צדיקים וואס מען האט דערמאנט.
אויף די גאסן אין וויליאמסבורג האט "קרישקעס" די וואך באמערקט האדמו"ר מתולדות יעקב גייענדיג צו תפילת שחרית.

אינמיטן דעם שנייאיגן זונטאג מערקט "קרישקעס" האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אויף די גאסן פון בארא פארק גייענדיג אין מקוה פארן דאווענען.
הגאון רבי חיים היימליך ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת אין מאנטשעסטער שרייבט זיך א קוויטל איידערן אריינגיין אל הקודש פנימה צו האדמ"ר מסאטמאר ביים משב"ק הרב חיים שלמה פישער הי"ו.

ביים מסיבת שבע ברכות בבית האדמו"ר ממונקאטש לכבודו פון העסקן ושתדלן מוה"ר משה מארגארעטען הי"ו יו"ר פון 'צדק', ווערט געזען הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א באגריסן דעם די לויערס וואס זענען אנגעשלאסן אין די בארימטע צדק ארגאניזאציע, אויף די ענגלישע שפראך.
די ברידער האדמו"ר מסאסוב, האדמו"ר מאלעסק, און הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים ביים פוקד זיין דעם ציון הק' פון אביהם כ"ק אדמו"ר מסאסוב זצוק"ל בעל מנחת יו"ט, לקראת די זעכציגסטע הילולא קדישא וואס געפאלט קומענדיגן שבת קודש י"א אדר, און לרגל די יארצייט פון אמם הרבנית וואס איז אויסגעפאלן פריער די וואך.
הרב חנוך זייברט הי"ו מעיאר פון שטאט בני ברק מכובד מיט א הקפה ביים הכנסת ספר תורה די וואך בחצה"ק מאחנובקא בעלזא.

גאב"ד מאקאווא האט "קרישקעס" די וואך באמערקט ביים ציון פון הרה"ק בעל ישועת משה מוויזניץ זצ"ל שטייענדיג שוין סמוך ונראה צום הילולא קדישא דעם כ' אדר הבעל"ט.

הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ אנקומענדיג אין די לוד לופטפעלד לקראת חג הפורים הבעל"ט.

האדמו"ר מקאליב מערקט "קרישקעס" ביים איינהאנדלען ספרים אין די אור החיים ספרים געשעפט אין עיה"ק ירושלים.

דער בעל מנגן ר' יענקי דאסקאל הי"ו אין א שמועס מיט האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא די וואך ביים חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן לזכותו פון רבי'ן.

די וועכענטליכע קערעסטירער מלוה מלכה'ס דורך האדמו"ר מראזלא, טוט ווייטער פארזעצן אינעם רבינס נייעם מקום מושב אין עיר הקודש טבריה וואו דער רבי האט זיך באזעצט די תקופה.


הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון ווארט אין קאך פון א זאל אין בני ברק צוליב כבוד התורה פון אן אנדערע רב וואס האט אויפגעטרעטן ביים מעמד, דער ראש ישיבה איז פארבליבן אינעם קאך פארזינקען אין א ספר ביז די רב האט געענדיגט זיין דרשה און ערשט דאן ערשינען צום מעמד.

פאסיגע חרוזין און הארציגע דברי פרידה פונעם מלחין ובעל מנגן ר' הערשי וויינבערגער הי"ו ביים מעמד צאתכם לשלום אין וויליאמסבורג לכבודו פון האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה איידערן פארלאזן ניו יארק נאך א לענגערע באזוך פון צוויי וואכן.
האדמו"ר מסאטמאר באגריסט האדמו"ר מדושינסקיא ביים שבע ברכות די וואך אין די נייטרא קהלה אין וויליאמסבורג לרגל השמחה במעונו פון הגה"צ ר' יעקב מאסקאוויטש שליט"א אבד"ק תורת חמד נייטרא.

האדמו"ר מבעלזא דערלאנגט א קוש פאר הגה"צ רבי אברהם דירנפעלד שליט"א ראש רשת כוללי עיון ד'בעלזא ביים מעמד אדיר "מפנינים יקרה" לכבודם פון די הונדערטער אברכים מצוינים, עמלי התורה פונעם "כוללי עיון" נעץ איבער גאנץ ארץ ישראל.
דער פורים רב בחצר הקודש סאטמאר הרב נפתלי משה ווייס קלעטערט זיך אין די שניי אויפן באדן פונעם ביהמ"ד הגדול ד'קרית יואל.

ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א איז זיך משתתף ביים שמחת השבע ברכות אין בני ברק פון אן אייניקל ביי הגה"צ רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען ובעל ויען דוד, דער חתן א זון פון זיין איידעם הגאון רבי אברהם משה באקאן שליט"א וואס איז א נאנטע בן בית ביים ראש הישיבה און האט מיט זיין זעלטענע גדלות ובקיאות התורה זוכה געווען צו געניסן פון א קירבה יתירה ביים גאון, וועלכער טוט זיך כסדר מיט אים מפלפל זיין אין לערנען.
האדמו"ר מראחמיסטריווקא באגלייט ארויס האדמו"ר מקאזניץ נאך א באזוך די וואך.

דער באקאנטער גבאי צדקה הרב אברהם סלאנים שליט"א מערקט "קרישקעס" אין א א שמועס מיט הנגיד ר' דוד מרגליות הי"ו ביים גייסטרייכן שבת התוועדות אין קאלטשעסטער ענגלאנד מיט האדמו"ר מראחמיסטריווקא.

האדמו"ר ממעזבוז ביי הבדלה דעם מוצאי שבת אין לעיקוואד וואו דער רבי איז געווען צוגאסט לטובת מוסדותיו.
המשפיע הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביי הבדלה דעם מוצאי שבת אין עיר הקודש טבריה נאכן שבת מעין עולם הבא מיט די נגידים ותומכים פון מכון באר האמונה בנשיאותו.
הגאון רבי אשר ווייס שליט"א מגדולי הפוסקים איבער די סכנה פון AI טעכנאלאגיע ביי א כינוס רבנים פאריגע וואך אין די וואודמיר געגנט אין פייוו טאונס.
האדמו"ר ממיאלען ביים אונטערפירן החתן בנו יחידו פון יד ימינו ומשמש בקודש הרב מאיר כץ הי"ו, ביי די חתונה די וואך אין בני ברק.

הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א בן האדמו"ר מסאטמאר און זיין פעטער גאב"ד סאטמאר בארא פארק זענען מנחם אבל ביי די קינדער פון הרבנית מסיגעיט ע"ה.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג אין א ריקוד מיט א פורים רב אין איינע פון די מאנסיער ישיבות ביים שמחת החתונה פארלאפענעם וואך פון בנו החתן.

האדמו"ר מוויזניץ אין א באגעגעניש מיט האדמו"ר מביאלא לאנדאן אינעם היטרו לופטפעלד אין לאנדאן נאכן רבינס קורצע באזוך אין שטאט.

דער גערטייע שמש בחצר הקודש סקווירא ר' מרדכי גרינוואלד ארבעט אין שפיץ פון א ארמיי פון פרחי החסידים צוזאמצונעמען די שניי ביים שטח החופה אין שיכון סקווירא, גרייט צו מאכן דעם באדן לכבוד די חתונה די וואך אין הויף.
האדמו"ר מפיטסבורג ווערט געזעהן ביי מלוה מלכה אין שטוב פון מקורבו הנגיד ר' בערי ווייס הי"ו אין ניו יארק. צו דער זייט פון רבי'ן ווערט געזעהן דער בעל מנגן ר' בנצי שטיין פון ארץ ישראל.

השלג מעלין את המקוה: די בורות הטבילה פון די נייע מקוה וואס ווערט געבויט אין די שטאט קאזניץ סמוך ונראה צום ציון הקדוש פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע ווערן אנגעפילט מיט זעק שניי.

צווישן די מנחמים דעם מוצאי שבת ביי הרה"צ רבי שמעון זאב מייזליש אבד"ק ישמח משה אין קרית יואל און זיינע ברידער הרבנים מערקט "קרישקעס" די צוויי בארימטע משמחים ר' יעקב יוסף לאנגזאם און ר' וועלוול פעלדמאן הי"ו.

הגה"צ רבי יוחנן וואזנער ראב"ד סקווירא שפאצירט אויף די גאסן פון שיכון סקווירא, זייענדיג צוגאסט אין שטעטל לכבוד די חתונה פון א אייניקל. (בילד קרעדיט: איצי מ.)

העסקן ר' יצחק אייזיק דאסקאל הי"ו ווערט געזען באגריסן דעם מעיאר און רב פון שטאט העלישוי, סמוך ונראה צום ציון הק' פון הייליגן ש"ך זי"ע, אלס הכרת הטוב פארן ארויסהעלפן צו פארשנעלערן די לעגאלע פראצעדורן פונעם נייעם בנין הכנסת אורחים אין שטאט.

ריזיגער פלאקאט אויפגעהאנגען אויפ'ן אלטן סאטמארער ביהמ"ד אין אנטווערפן צו באגריסן די אסטראנאמישע נדבה פון הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו, וואס האט פארגאנגענע וואך אפגעקויפט דעם שם הבנין ביהמ"ד החדש אויפ'ן נאמען ויואל משה, ע"ש הרה"ק מסאטמאר זי"ע.

האדמור"ים ממונקאטש און דינוב אין א ברודערליכן שמועס ביים חתונה פאריגע וואך פון א אייניקל ביים דינובער רבי'ן.

האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה איז מתפלל ביים ציון הק' פונעם זיידן הרה"ק רבי יחזקאלע מערץ זי"ע אויפן בית החיים אין ניו דזשערזי.
דער אסיר ציון האברך החשוב ר' דניאל פינטו ווערט אויפגענומען אינעם לשכת הבד"ץ העדה החרדית נאך זיין באפרייאונג פונעם מיליטערישע טורמע די וואך.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט איז זיך משתתף ביים שמחת הבר מצוה פון א זון ביי הרה"ח ר' יוסל אייכל הי"ו איש אמונם פון אדמור"י קרעטשניף סיגעט.

'קוגל' מוצל מאש: אין א קאמישער געשעעניש ווערט באריכטעט אז בשעת די העלישע שריפה אין ליזענסק, וואס האט פארברענט דעם גרויסן שאטער שע"י "הכנסת אורחים ליזענסק" זענען די פרישע קוגלען געבליבן גאנץ אומבאשעדיגט…

האדמו"ר מבאבוב אין א שמועס מיטן באקאנטן מגיד און משפיע ר' יואל גאלד הי"ו ביים מסיבה די וואך לטובת די באבובער מתיבתא אין בארא פארק, וואו דער רב שליט"א האט אים געוואונטשן פיל הצלחה און סייעתא דשמיא מיט זיין עבודת הקודש מקרב צו זיין אידישע קינדער לאבינו שבשמים.

הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז איז זיך משתטח אויפן ציון פון זיין אומפארגעסליכער פאטער הגאון הגדול רבי דוד פוברסקי זצ"ל ראש ישיבת פונוביז לכבוד די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן די וואך.

די ברידער האדמו"רים מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג און קרעטשניף כפר עטה אין א פייערליכן מחול לצדיקים ביים גרויסן קרעטשניפער חתונה פארלאפאנעם וואך אין שטאט מאנסי.

האדמו"ר ממונקאטש איז מחזק הרבני הנגיד ר' וואלף זיכערמאן הי"ו ראה"ק מונקאטש בעת די לוויה פון זיין אשת חיל די וואך.

תלמידי כיתה ט' אין תלמוד תורה ווערעצקי באזוכן בקודש פנימה ביי האדמו"ר מבאבוב - 45 די וואך.

די הנהלה פונעם נייעם ישוב 'לעיקפראנט' אין אקיטשאבי פלארידא באגריסט די נייע תושבים און ערשטע פני העיר, וועלכע קומען זיך באזעצן אין די נייע אידישע שטאט.

בקשה נחוצה פון חברי ועד להצלת בתי עלמין באייראפע צו טויזנטער נוסעי ליזענסק זיך אפצושטעלן מתפלל זיין אויפ'ן ביה"ח אין פשעווארסק וואס וועט האפנטליך צייגן פאר די אינסטאנצן די שטארקע אינטערעסע וואס אידן אומעטום האבן אין דעם ביה"ח, און וועט בעזהשי"ת אויפטון צו קענען מציל זיין דעם ביה"ח מידי זרים.

ביים שמחת התנאים די וואך בבית קאפיטשניץ, מערקט "קרישקעס" די צוויי אדמור"ים לבית ביאלא ביים מיטהאלטן די שמחה, האדמו"ר מביאלא וואס איז געווען א פעטער ביי די שמחה, און זיין שוועסטער קינד האדמו"ר מביאלא בני ברק.

האדמו"ר מסערט וויזניץ באזוכט אין די ספרים שטוב פון ידידו ורעו הגה"צ רבי פנחס מאיערס אבד"ק האג ביי די חנוכת הבית פון זיין נייע דירה אין בית שמש.

נייע עפאכע אין די גדרי הצניעות אויף די גאסן פון וויליאמסבורג.

א תושב אין די עזרת תורה געגענט, א שכן טוב פון האדמו"ר מקאפיטשניץ צייגט פארן רבי'ן א פאן, וואס ער האט דעקארירט לכבוד פורים, מיט די ווערטער "השם יתברך תמיד אוהב אותי".

שיין בילד פון האדמו"ר מקאליב ביים איינרייסן רחמי שמים זייענדיג אויפן ציון הק' פון הרה"ק רבי אייזיקל קאלובער זי"ע ביומא דהילולא קדישא ז' אדר.

האדמו"ר מסאטמאר גייענדיג צו תפילת שחרית די וואך, בימי השבע ברכות פון אן אייניקל.

האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא ווערט געזעהן ביי קידוש לבנה ארומגענומען מיט תלמידי ישיבתו אין טשעסטער בגלילות קרית יואל.

ביים חתונה די וואך פון די יונגסטע קינד פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו אינעם "גינת קליין" זאל וועלכע ער האט מנדב געווען מיט זיין 3 מיליאן דאלאר נדבה, אינעם בנין "ת"ת בנין קליין" וואס ער האט מנדב געווען מיט זיין 5 מיליאן דאלאר נדבה, האבן צוויי מכירי טוב אויפגעשטעלט א מעכטיגער באגריסונג און וואונטש, די ערשטע איז פון די קונים פון "שכונת ויואל משה" וועלכע לעבן ב"ה בהרחבה אדאנק דעם דעוועלאפערס מסי"נ צו האלטן ווארט און נישט העכערן די קאנטראקט פרייזן אפילו ווען די בוי קאסטן זענען געשטיגן באלד דאפלט. דער צווייטער איז געווען א געניאַלע אויסשטעלונג פון א 'בלאט גמרא', מיט קליינע 'גלעזלעך לחיים' מיט נעמען פון 1,499 נבחנים אין חבורת "יסודי התורה" פון קרית יואל, ווי דער בעל שמחה איז דער נדבן פאר די חודש'ליכע טשעקס פאר אלע לומדי החבורה.

שפיטיווקא רבי ערשיינט אויף א רעקלאמע לקראת יום טוב פורים דורך תגין דזשודעיקא אין מאנסי.

מער פון אונטער די קוליסן...
הגה"צ גאב"ד אנטווערפען אין א ריקוד מיטן מגיד מישרים הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א ביי די חתונה פון א אייניקל די וואך.

הגאון האדיר רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע איז זיך משתתף ביים שמחת החתונה פון החתן א זון פון הרב אריה קנייבסקי נכדו חביבו ונאמן ביתו פונעם שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצ"ל פארגעקומען אין בני ברק, בכדי נישט צו דארפן מטריח זיין דער גאון איז דער מחותן ארויסגעקומען און אפגענומען ברכותיו הטהורות פונעם ראש הישיבה זיצנדיג אין קאר.

א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' בנציון שלמה פאללאק הי"ו משב"ק האדמו"ר מסאטמאר לרגל שמחת הולדת הבן למזל טוב.






תגובות