top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת התנאים פון החתן אייניקל פון האד' מקאפיטשניץ עב"ג הכלה אייניקל פון גאב"ד פרדס כץ

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. פריד,JDN

דעם פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען אין בני ברק די שיינע שמחת התנאים לרגל די שמחת קישור החיתון פון די חתן א אייניקל ביים זקן אדמור"י בית רוזין כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' נפתלי הירץ פלינטנשטיין שליט"א נשיא מכון שפתי צדיקים, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטרעטין זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אברהם ענגלארד זצ"ל, זון פון הגה"צ אבד"ק דאברא זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן שפירא שליט"א גאב"ד פרדס כץ, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד המרכזי אין די פרדס כץ געגנט אין בני ברק וואו דער זיידע הגה"צ רבי אהרן שפירא שליט"א דינט אלס מרא דאתרא און רב השכונה, און איז געווען אין שפיץ פון די געהויבענער זיידע האדמו"ר מקאפיטשניץ וועלכער האט באשיינט בראש המסובים.


באזונדער האבן זיך משתתף געווען פילע אדמור"ים, רבנים וקרובי המשפחה, צווישן זיי דער פעטער האדמו"ר מביאלא, האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא, האדמו"ר מביאלא בני ברק, האדמו"ר משאץ, האדמו"ר מספינקא בני ברק, האדמו"ר מזידיטשוב בני ברק, אבד"ק דאברא ירושלים, גאב"ד קאסאן קרית הרצוג, און נאך.


מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן הרה"ג יעקב יהושע ענגלענדער שליט"א ראש ישיבת מאחנובקא בעלזא, וואו דער חתן ציילט זיך צווישן די מצוייני הישיבה, און בין גברא לגברא איז געהערט געווארן שיינע דרשות צווישן זיי דורך דער מגיד מישרים הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א, און הרה"ג ר' ישראל משה סאלאמאן שליט"א ראש ישיבת נחלת דוד פתח תקווה.



תגובות


bottom of page