top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי סקווירא אין בארא פארק אונטערן רושם פון געהויבענעם שבת בצל הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא

  • 15 במאי
  • זמן קריאה 4 דקות

פרייטאג פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם,JDN

חסידי סקווירא אין בארא פארק קענען דערווייל נאך שווער קומען צו זיך נאך די געהויבענע טעג וואס מ'האט מיטגעלעבט צוזאמען מיט'ן געהויבענעם גאסט, הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, פון וואס דער הויכפונקט איז געווען דער געהויבענער שבת וואס איז געווען א ריכטיגער "יום שבתון אין לשכוח".


ווי שוין באריכטעט, איז רבי אהרן מענדל שליט"א געקומען צו פארן קיין בארא פארק אויף א באזוך פון א וואך צייט, און במשך די ימות החול האט רבי אהרן מענדל שליט"א באזוכט אין אלע סקווערער שטיבלעך, אין די מוסדות התורה, תלמוד תורה, ישיבה קטנה, כולל אברכים און נאך, וואו עס זענען אפגעראכטן געווארן מסיבות קבלת פנים, און רבי אהרן מענדל האט משמיע געווען דברי חיזוק והדרכה.


פרייטאג מיטאג נאך תפלת שחרית איז רא"מ אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל גארדאן הי"ו, וואו עס איז געפראוועט געווארן א סעודה לכבוד "פסח שני" מיט די מאכלי החג, מיט דער השתתפות פון די תומכים ומחזיקים מיט גרעסערע סכומים לטובת דעם קרן הבנין פונעם נייעם סקווערער שטיבל אויף די 44'סטע גאס אין בארא פארק.


מ'האט געזינגען ניגונים און געהערט די שיינע דרשות, אנגעפירט דורך'ן יו"ר מוה"ר מענדל זילבערמאן הי"ו. עס האבן אויפגעטרעטן דער דיין פונעם שטיבל, הרה"ג רבי יהושע וואלף פריזל שליט"א, און די חשוב'ע תומכים מוה"ר גדליה הערשבערג הי"ו און מוה"ר ישראל אברהם שפירא שליט"א. דאן האט רבי אהרן מענדל משמיע געווען א לענגערן שמועס. נאכן בענטשן זענען די תומכים פארביי איבערצוגעבן נדבת לבם הטוב, און רא"מ האט יעדן געשאנקען א מתנה — צוויי לייכטער.


ערב שבת נאכמיטאג איז רא"מ אנגעקומען צו די שבת'דיגע אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף סמיט הי"ו, און עס זענען אנגעגאנגען די לעצטע הכנות מסדר צו זיין די גרויסע זאלן "עטרת גאלדא" און "אולם שארף", וואו עס זענען אפגעראכטן געווארן די תפלות און סעודות במשך דעם שבת. צו די באשטימטע צייט איז דער היכל התפלות געווען איבערגעפילט פונעם ריזיגן ציבור חסידי סקווירא, און דאס אויג האט זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן פון דעם שיינעם מחזה, ווען עס איז געווען פארזאמלט אזא הערליכער ציבור חסידים ואנשי מעשה, מתפללים פון אלע שטיבלעך וואס זענען לכבוד דעם שבת געקומען דאווענען צוזאמען במשך אלע תפלות.


אויף א ספעציעלע פלאטפארמע פארנט פונעם זאל האבן באשיינט די דיינים הגאונים שליט"א פון אלע שטיבלעך, ובראשם הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א. מיט תפלת המנחה איז מכובד געווארן הרב הגאון רבי זונדל שימאנאוויטש שליט"א, ראה"כ סקווירא־בארא פארק, און דערנאך האט מען געהערט דעם פתיחת השבת דורך הרה"ח ר' לייבל דיימאנט הי"ו.


צו קבלת שבת און ספירת העומר איז רא"מ שליט"א צוגעגאנגען מיט גרויס נעימות. נאכן דאווענען איז דער ציבור דורך זאגן גוט שבת.


גלייך דערויף איז מען אריבער צום היכל הסעודות, וואו עס זענען געווען פארזאמלט די בעלי בתים זקנים עם נערים, וואס האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע סעודה במשך שעות נאכאנאנד.


רא"מ האט פארגעזאגט "כל מקדש", און מ'האט געזינגען ניגוני שבת מיט גרויס התרגשות. במשך די סעודה האט מען געהערט די לענגערע דרשה פון הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, בן רבי אהרן מענדל, און אויך די אנדערע דרשות פון די חשוב'ע בעלי דרשנים — הר"ר מענדל מלמד שליט"א מנה"ר בית צפורה, מוה"ר עקיבא פעלזנבערג הי"ו און מוה"ר משה ברייער הי"ו — אלעס אנגעפירט דורך'ן יו"ר מוה"ר אברהם שלמה אויסטערליץ הי"ו.


נאך די סעודה איז דער גאנצער ציבור זיך צוזאמגעקומען צום אסיפת מרעים, ביי וועלכן מ'האט געהערט דעם שיעור באוהחה"ק דורך הר"ר גדליה הערשבערג שליט"א, און רא"מ האט משמיע געווען דברי תורה וסיפורי צדיקים.


שבת אינדערפרי איז מען ווייטער זיך צוזאמגעקומען צו די תפלות, וואס זענען אפגעראכטן געווארן מיט גרויס ווארעמקייט. צו "פסוקי דזמרה" איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יחזקאל שווארץ הי"ו, און צו "שחרית" הרה"ח ר' אברהם הערש וואזנער הי"ו.


רא"מ האט עולה געווען שישי, געגאנגען הגבה, און דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מוסף. די בעלי קורא'ס און שמשות־פאזיציעס זענען געווען איינגעטיילט צווישן די בעלי קורא און שמשים פון אלע שטיבלעך. נאכן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן דער קידושא רבה, ביי וועלכן מ'האט געזינגען ניגוני שמחה ודביקות.


שבת אינדערפרי איז די סעודה בראשות רא"מ געווען מיוחד פאר די בחורי הישיבות, וועלכע האבן געזינגען ניגוני שב"ק, און רא"מ האט פארגעזאגט די זמירות. במשך די סעודה האט מען געהערט די דרשה פון הרה"ג רבי אברהם אלימלך העלפער שליט"א, ראש הבחורים איגוד בחורים, און לכבוד די קריאה פון די פרשת המועדים האבן די בחורים געזינגען ניגונים פון יעדן יו"ט, ווען דערנאך האט איינער פון די תלמידים אויפגעטרעטן מעניני החג.


א מאמענט פאר זיך איז געווען ווען רא"מ האט געענטפערט אויף די שאלות וואס די בחורים האבן אריינגעשיקט נאך פאר שבת, און עס איז פארגעשטעלט געווארן דורך הר"ר יוסף זילבערמאן שליט"א, אויף וועלכן רא"מ האט קלאר אראפגעשטעלט די יסודות'דיגע ענינים פאר די תלמידים. נאך די סעודה האבן די בחורים אהיימבאגלייט בשירה ובזמרה ביז צו די אכסניא.


שבת נאכמיטאג האט מען געהערט דעם שיעור בפרקי אבות פון הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א, דומ"ץ סקווירא־בארא פארק, בעל "משיב נבונים", און שפעטער האט רא"מ זיך באטייליגט ביי די חברת תהלים מיט די תשב"ר אין זאל פון "אולם ליפשיץ".


נאך תפלת המנחה איז געפראוועט געווארן דער געהויבענער שלש סעודות, ביי וועלכן רא"מ האט פארגעזאגט די זמירות, און מ'האט באישון לילה ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ודביקות. דאן האט רא"מ משמיע געווען א לענגערע יסודות'דיגע שמועס וואס איז נוגע פאר יעדן איינעם זיך צו פירן בדרכי החסידות ובדרכי הצדיקים.


נאכן פארזאגן די אנדערע זמירות האט רא"מ פארטיילט הערינג, און דערנאך געבענטשט על הכוס. נאך מעריב און ויתן לך ברוב עם האט רא"מ געמאכט הבדלה ברוב עם. א ריזיגער ציבור האט דערנאך אהיימבאגלייט דעם געהויבענעם גאסט שליט"א בשירה ובזמרה — א מחזה וואס האט יעדן שטארק איבערגענומען.


מוצש"ק איז רא"מ אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' מיכל גרינבערגער הי"ו, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבה צוזאמען מיט נגידים בעם לטובת די פרישע קופת צדקה וואס ווערט נתייסד אין די שטאט.


דער בעל אכסניא ר' מיכל האט אויפגעטרעטן, און מ'האט געהערט די דרשות פון מוה"ר פנחס אהרן קליין הי"ו, און פונעם נואם הכבוד הרה"ג רבי אלעזר ניסן רובין שליט"א, אנגעפירט דורך'ן יו"ר הרה"ח ר' מענדל זילבערבערג הי"ו.


דאן האט רא"מ שליט"א מאציל געווען מברכותיו פאר די נדיבים בעם. דער שבת איז געווען א געהויבענע איבערלעבעניש וואס וועט אויף לאנג בלייבן אין זכרון ביי אלע משתתפים.



תגובות


bottom of page