top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באבוב איינגעהילט אין פרייד ביי חתונה הגדולה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א

  • לפני 11 שעות
  • זמן קריאה 4 דקות

עודכן: לפני 6 שעות

דינסטאג פ' נשא ב' • י' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בשמחה וגילה האבן טויזנטער חסידי באבוב דעם אסרו חג מיטגעהאלטן די געהויבענע שמחת בית צדיקים, און זיך מיטגעפריידט בשמחת רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א במקהלות עם רב.


בשעה טובה איז געגאנגען אונטער די חופה אן אייניקל ביים רב שליט"א, החתן הרב אהרן מנחם הלברשטאם שליט"א, בן בנו הרה"צ ר' דוד הלברשטאם שליט"א, איידעם ביי הרה"צ ר' לייבוש הורוויץ שליט"א, בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א וחתן הרה"צ הישיש ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א, מיט די כלה בת הרב אהרן אלי עסטרייכער שליט"א, בן הגה"צ ר' חיים אלעזר עסטרייכער שליט"א וחתן הגה"צ ר' אשר זעליג אשרי שליט"א, ראש הכולל ספינקא.


נאכמיטאג האבן די בארא פארקער גאסן געווירבלט מיט די פילצאליגע חסידים מלובש בבגדי שבת ויו"ט, שטראמענדיג צום גרויסן ביהמ"ד מיטצוהאלטן די שמחה הרוממה, אנגעהויבן מיטן מעמד קבלת פנים וואו עס האבן מהנה געווען א קאפעליע בחורי ציון היקרים. אינצווישן האט איינער פון די בחורי הישיבה אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזים לעורר הלבבות, און דער רב שליט"א האט מסדר געווען די כתובה, ווען די עדים זענען געווען הרבני הנגיד ר' אברהם אהרן לעזער הי"ו און הרבני הנגיד ר' חיים מייזלס הי"ו.


דערנאך איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום באדעקן אינעם היכל השולחנות, און דערויף אריינגעקומען אנטון דעם קיטל פאר'ן חתן.

דער מעמד החופה איז אפגעהאלטן געווארן אויפ'ן גרויסן חצר נעבן דעם ביהמ"ד, און די חסידים האבן מיט התעוררות מיטגעזינגען די ניגוני התעוררות ודביקות, אנגעפירט דורך האחים מאנדבוים קינדער פון הגה"ח ר' משה חיים מאנדלבוים ז"ל.


מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. קריאת הכתובה האט פארגעליינט דער עלטער פעטער הגה"צ דומ"ץ באבוב שליט"א. די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס: הרה"צ ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א, הרה"צ ר' לייבוש הורוויץ שליט"א, הרה"צ ר' אשר זעליג אשרי שליט"א און הרה"צ ר' חיים אלעזר עסטרייכער שליט"א. אויך איז מכובד געווארן מיט א ברכה כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון 18. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א.


דערנאך האט דער רב שליט"א אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר'ן ציבור, און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם ריקוד לכבוד השמחה. 


די סעודה פאר די בני המשפחה ונכבדי העדה איז פארגעקומען אין די "עטרת גאלדא" זאל, און פאר'ן ציבור איז געווען צוגעשטעלט א סעודה אין די מתיבתא עץ חיים.


בשעה 10:00 איז דער חתן ערשינען אין ביהמ"ד הגדול לקול תרועת הזמר, ווען די בני המשפחה האבן זיך משמח געווען בשמחת חתן וכלה און געטאנצן געהויבענע ריקודין בכל עוז.


ארום א האלבע שעה איידער דער רב שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד, זענען שוין די 14 שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן ביהמ"ד געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה, מלא וגדוש עד אפס מקום. אזוי אויך איז די גאנצע חלל ביהמ"ד און די זייטיגע שטיבלעך געווען איבערגעפילט מיט מאסן חסידים ואנשי מעשה, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע שמחה בבית המלכות.


פון די שענסטע מאמענטן איז געווען בעת דער רבי שליט"א איז ערשינען צו די סעודה, ווערנדיג אנטפאנגען מיט ריקודין עילאין, ביי וועלכן דער רב שליט"א האט א לענגערע צייט רוקד געווען על מקומו מיט גרויס התרגשות. דורכאויס די שמחת החתונה האט דער רב שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין שיינע ריקודין מיט די געהויבענע זיידעס, און משמיע געווען קורצע דברות קודש און ארויסברענגענדיג אז דורך זיך מיטפרייען בשמחת בית צדיקים קען מען ממשיך זיין שמחה אין יעדן אידישן שטוב.


מיט א באזונדערע כבוד האט דער רב שליט"א אויפגענומען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער איז געקומען באשיינען די שמחה, און איז מכובד געווארן צו טאנצן מיט'ן חתן. דערנאך האט זיך דער רב שליט"א ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט'ן ראחמיסטריווקא רבי'ן שליט"א און אים ארויסבאגלייט בכבוד הראוי.


דערויף איז ערשינען כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, א ידיד נאמן פונעם רבי'ן שליט"א רבות בשנים. דער רב שליט"א האט פארפירט א שמועס מיט'ן סטיטשינער רבי'ן שליט"א, מכבד געווען מיט לחיים און צו טאנצן מיט'ן חתן, מחותנים און בני המשפחה, נאכגעפאלגט מיט א שיינעם מחול לצדיקים דורך ביידע אדמור"ים בעוז ותעצומות.


באזונדער איז דער רב שליט"א געטאנצן מיט הגה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת מונקאטש, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, און מיט ידידו ושאר בשרו הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א.


מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ראש ישיבת באבוב שליט"א, און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די בני המשפחה. ברכה אחריתא האט געזאגט הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א.


נאכדעם האבן די תלמידי הישיבה געפראוועט דעם קאזאקן טאנץ, און בדחנא דמלכא הרב זושא מאנדלבוים הי"ו האט אויסגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו מצוה טאנץ. בשעת די הארציגע חרוזין ווען מען האט מעורר געווען זכות אבות און די צרכי עמך ישראל המרובים האט דער רב שליט"א פארגאסן טרערן בדמעות שליש.


דער רבי שליט"א האט דערנאך אנגעוואונטשן כל הקהל הקודש ברכות עד בלי די, און איז אראפ אין צענטער פון ביהמ"ד אפצורעכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה בכל כוחו אויף די מקובל'דיגע ניגונים, בעת וואס די טויזנטער חסידים האבן זיך געהויבן מיט התלהבות טפחיים על גבי קרקע.


דערנאך האט דער רב שליט"א געטאנצן מיט גיסיו הרבנים — דומ"ץ באבוב און ראש ישיבת באבוב — און מיט די גאנצע משפחת המלוכה, און האט כסדר מעודד געווען די ריקודין דורך די אלפי החסידים המסביבים אותו כחומה.


נאכדעם האבן געטאנצן די איבריגע זיידעס, די מחותנים משני הצדדים און חתן וכלה. דער רבי שליט"א האט פארגעזינגען "אין כאלקינו" כמנהג צאנז, דערנאך האט מען געזינגען "והיה ביום ההוא", און דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א עקסטערע ריקוד מיט אלע געסט וואס זענען געקומען פון אויסלאנד לכבוד די שמחה.


במשך די שמחה האבן זיך אנגעזען פילע אדמו"רים ורבנים, צווישן זיי: האדמו"רים מראחמיסטריווקא, סטיטשין, בריזדאוויץ, ציעשנוב, אלכסנדר, ספינקא 18, רודניק, קארוב, קשאנוב און לינז.


אויך האבן זיך באטייליגט: הגה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת מונקאוטש, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א; הגה"צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת דינוב, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, הרה"צ ר' יהושע כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א; הרה"צ ר' דוד דוב האגער שליט"א און הרה"צ ר' מענדל האגער שליט"א, בני כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א; הרה"צ ר' חיים יהושע באב"ד שליט"א מטארטיקוב.


הרבנים מראדאמסק, קאמארנא, טשענסקאוויץ, ליפשא, קדושת יו"ט סאטמאר, טורקא, אבד"ק איחוד התלמידים דסאטמאר, פאליאנע, דרוהביטש, אור יחזקאל, דומ"ץ צאנז ב"פ, צאנז סטעטין איילענד, חליסא, הרה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א, הרה"צ ר' יוסף ארנסטר שליט"א אבד"ק אלכסנדר ב"פ און נאך פיל.



bottom of page