top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סותר על מנת לבנות • מלאכת הבניה אנגעהויבן ביים ביהמ"ד דחסידי באבוב 45 אין לאנדאן

מיטוואך פ' פקודי • ג' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי באבוב 45 ברחבי תבל אין בפרט בעיר הבירה לאנדאן האבן אין די טעג אויפגענימען די גאר פרייליכע בשורה טובה, אז ברוב סייעתא דשמיא גרייט מען זיך שוין פאקטיש צו צוגיין צום עבודת הבניה פונעם נייעם בנין בית המדרש הגדול והמפואר דחסידי באבוב 45 אין לאנדאן.


די יעצטיגער בנין הבית המדרש וועלכע איז געקויפט געווארן מיט 13 יאר צוריק, און איז באלד פארוואנדלט געווארן אין תל תלפיות, א מקום תורה ותפילה לרבים, געפינט זיך אין צענטער פון היימישן געגענט אין סטעמפארד היל, במשך השנים האט זיך די קהלה שטארק צווואקסן און עס האט זיך שטארק אויסגעפעלט צו פארגרעסערן דאס ביהמ"ד און צובויען אלע צוגעהערן וואס א ביהמ"ד פארלאנגט זיך ווי א גרויסן היכל בית המדרש, רחבת'דיגע חדרי תפלה, מקוה טהרה, היכלי תורה, אולם שמחות אין נאך.


נאך לאנגע יארן פון פלאנירונגן און אריבערגיין פארשידענע פראקטישע און לעגאלע שוועריגקייטן, גרייט מעו זיך אין די קומענדיגע טעג, אנצוהייבן די פאקטישע בוי-ארבעט בעז"ה. אין די לעצטע פאר חדשים האט די הנהלת הקהילה, אפגעדינגן א גרויסן גאראדזש אקייגן איבער דאס ביהמ"ד, און אונטערגענומען א שנעלן און קאסטבארן בוי-ארבעט דאס צו פארוואנדלן אין א צייטווייליגע ביהמ"ד פאר די קומענדיגע דריי יאר, בשעת די אנגייענדע בוי ארבעט ביים ביהמ"ד.


בברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וועט מען באלד נאך פורים אנהויבן מיט אראפווארפן די יעצטיגער בנין בית המדרש, סתירה ע"מ לבנות, אהערצושטעלן דעם מקום תורה ותפילה און לייכט טורעם פאר באבובער חסידים אין לאנדאן און אלע תושבי העיר.





Comments


bottom of page