top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בליץ באזוך פון גדולי ישראל בראשות ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א קיין אמעריקא לטובת אירגון "שובו"

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: נתנאל לוונשטיין

נאך עטליכע דערהויבענע טעג איז געשלאסן געווארן די מסע המרומם אין אמעריקא דורך א דעלעגאציע חשובע גדולי ישראל שליט"א, בראשות דער מנהיג עולם התורה ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א, ובהשתתפות פונעם פוסק הגאון רבי יהודה סילמאן שליט"א, און הגאון המקובל רבי שמעון גלאי שליט"א.


די מסע המרומם איז געווען באזירט אויפצוטרייבן ריזיגע סומעס לטובת די הייליגע ארגאניזאציע "שובו" להצלת ילדי ישראל, וואס העלפט ארויס די קינדער זיך אומצוקערן לאביהם שבשמים.


צום דערהויבענע נסיעה האט זיך אויך אנגעשלאסן בר קופרשטיין, וועלכע איז געווען פארכאפט בידי זרים אלס איינס פון די "עזה משכונות", און האט במשך די נסיעה ביי די רייכע באנקעטן, געשפילט א גרויסע ראלע וואו ער האט דערציילט איבער זיין איבערלעבעניש באגלייט מיט סיפורי אמונה מיט וואס ער האט זיך מחזק געווען אין די שווערע אומשטענדן זייענדיג תחת צר ומצוק אונטער די אראבישע רוצחים, און אט די כוחות פון אמונה ובטחון האט ער גענאסן במשך די פריערדיגע יארן וואס ער האט קונה געווען אונטער די "שובו" ארגאניזאציע, האט אים דערהאלטן דורכאויס די שווערע תקופה.


צוליב דעם זמן קצר ומלאכה  מרובה מיט די פילע מסיבות און אסיפות וואס מען האט געדארפט אריינכאפן אין די טעג, איז דער ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ארומגעפארן צו איין באנקעט נאכן צווייטן מיט א העליקאפטער, וואס האט פילפאכיג פארשנעלערט די אויפגאבן וואס מען האט ב"ה געקענט אויפטוהן דורכאויס די קורצע ימי הנסיעה.


צווישן די באנקעטן האט זיך דער ראש הישיבה שליט"א באגעגענט מיט צענדליגער גדולי הרבנים וראשי הישיבות שליט"א, און גרעסערע נדיבים און פילאנטראפן, ראשי הקהילות און עמך בית ישראל. איבעראל ווי דער ראש הישיבה שליט"א מיט די משלחת זענען ערשינען, האט מען אפגעגעבן דעם פאסיגן כבוד התורה מיט גייסטרייכע מעמדי קבלת פנים בשירה ובזמרה.


ביי אלע רייכע מסיבות און באנקעטן האט דער ראש הישיבה שליט"א מעורר געווען דעם ציבור איבער דעם פליכט לעמוד לימינם פון די אידן וועלכע ווילן זיך צוריקקערן לאביהם שבשמים, וואס דאס איז די גרעסטע תיקון אין די יעצטיגע ימי הספירה הכנה לקבלת התורה.


נאך עטליכע טעג האט זיך פארעענדיגט די קורצע, אבער אנגעפילטע, ימי מסע המרומם, מלא חיזוק והתרוממות, וואס האט אריינגעבלאזן א רוח דקדושה צווישן די אמעריקאנער אידנטום.



תגובות


bottom of page