top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וְשָׁם אִשָּׁה גְדוֹלָה • הרבנית הצדקנית מסקווירא ע"ה נפטר געווארן לדאבון לב חסידי סקווירא וכל בית ישראל

זונטאג פ' תצוה • ט' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


א וואלקן פון טרויער לאזט זיך אראפ אין די יעצטיגע מינוטן אויף אלפי חסידי סקווירא און גאנץ כלל ישראל, מיטן אנקום פון די ביטערע בשורה פון די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מסקווירא עליה השלום, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אין עלטער פון איין און אכציג יאר.


די פטירה פון די סקווירא רעבעצין רופט אויס גרויס טרויער איבער די גאנצע וועלט, די רעבעצין הרבנית חיה חנה טווערסקי ע"ה איז געווען די עלטסטע טאכטער פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, א שוועסטער מיט כ"ק מרנן אדמורי"ם מויזניץ שליט"א פון ארץ הקודש, און א שוועסטער פון הרבנית מבעלזא און הרבנית מסאטמאר תליט"א.


שוין עטליכע יאר וואס די רעבעצין איז ליידער נישט געווען געזונט ל"ע, און די לעצטע צוויי וואכן האט זיך די מצב דראסטיש פארערגערט, אין די צייט וואס כלל ישראל איבער די וועלט האבן מתפלל געווען לרפואתה.


יעצט פיר אזייגער נאכמיטאג אין ניו יארק איז אנגעקומען די שווערע בשורה אז די רעבעצין איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, במעמד פון די קינדער און אייניקלעך וואס האבן געזאגט פסוקי יחוד, פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן.





bottom of page