top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברייטע דעקונג פון יו"ט פורים בצילא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

זונטאג פ' שמיני • כ"א אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


אלפי חסידי סאטמאר זענען די טעג נאך אונטערן רושם של שמחה נאך די געהויבענע ימי הפורים וואס מען האט זוכה געווען מיטצולעבן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס איז געווען איין חטיבה פון התרוממות הנפש וחדוה דקדושה, און מען איז ארויס אנגעזאפט מיט הויפנס פון שמחה וואס מען נעמט מיט זיך מיט אויפ'ן גאנצן יאר.


מוצאי שבת ליל פורים ביי קריאת המגילה בהיכל בית המדרש הגדול אין קרית יואל האט מען ווי אלע יאהרן געהאט די זכיה אז הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א איז געשטאנען אויפן בימה נעבן רבי'ן שליט"א, און מען האט אפגעגעבן שבח והודי' להשי"ת אז מען האט ווייטער די זכי' נהנה צו זיין מאור תורתו הבהיר פונעם דיין שליט"א מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.


ביים טיש, ליל פורים האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש, און מען האט געהערט פאסיגע דברי בדחנות פונעם פורים פורים רב בנש"ק הרב נפתלי משה ווייס שליט"א וואס האט כדרכו משמיע געווען א שלל מיט שיינע ענינים מעניני חג הפורים, און מיטן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען זיין פאטער הרה"ח בנש"ק הרב פנחס אלימלך ווייס שליט"א.


ביים טיש האט מען איבערגעגעבן פַאר'ן רבי'ן שליט"א דעם "ספר הזכרונות" פונעם לגיון של מלך - די טויזנטער בחורים פון אלע סאטמארע ישיבות איבער דער גָאָרער וועלט, וואס האבן אין די לעצטע וואכן זיך אונטערגענומען קבלות טובות זיך מתרחק צו זיין פון די טעכנעלאגישע כלים אויף אלע מיני אופנים. צום ערשט האט מען געהערט די חרוזים פונעם פורים רב הרב נפתלי משה ווייס שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט בשבח פון די בחורים וואס זענען זיך מתנזר פון די טעכנעלאגישע כלים מיט אזא שטארקע קבלה טובה.


 דערזעענדיג דעם ספר הזכרונות האט דער רבי שליט"א אויפגעשיינט, און האט שטארק אנגעוואונטשן א ברכה כוללות פאר די אלע בחורים וואס זענען געווען פַארשריבן אינעם ספר הזכרונות. עקסטער האט דער רבי שליט"א צוגערופן די בחורים, גבאים פון אלע סניפי הישיבות וואס האבן עוסק געווען צוזאמצונעמען די חתימות פון די בחורים, און דער רבי שליט"א האט זיי ווארעם אנגעוואונטשן, ווען דער רבי שליט"א האט דערביי זיי איבערגעגען פעקלעך מיט געבענטשע מטבעות צו פארטיילן פאר די בחורים וואס האבן זיך אונטערגענומען די קבלות טובות.


מוצאי שושן פורים נאכן טיש אין וויליאמסבורג זענען עקסטער ערשינען די בחורי חמד גבאים פון די ישיבות קטנות פון וויליאמסבורג און בארא פארק, און דער רבי שליט"א האט זיי עקסטער איבערגעגעבן פעקלעך מיט געבענטשטע מטבעות וואס איבערצוגעבן פאר די בחורים וואס האבן זיך אונטערגענומען די קבלות טובות, וואס האט שטארק מחזק געווען די בחורים זיך צו האלטן דערצו אין אלע זמנים.


במשך יום הפורים האבן הונדערטער תושבי קרית יואל און אידן פון אנדערע מקומות געשטרָאָמט מיט משלוח מנות פאר'ן רבי'ן שליט"א און זיך מזכיר צו זיין אין דעם גרויסן טאג, מקבל צו זיין מברכותיו הטהורים בעת רעווא דרעווין. צווישן אנדערן איז אריין צום רבי'ן שליט"א דער פורים רב הרב נפתלי משה ווייס שליט"א, וועלכער האט אויסגענוצט דעם טאג, און האט קודם איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן שליט"א א קוויטל, מזכיר צו זיין דעם רבי'ן שליט"א זעלבסט בשמו ושם אמו צוזַאמען מיט די רביצין תליט"א בשמה ושם אמה. דער רבי שליט"א האט געליינט דעם קוויטל און אנגעוואונטשן מיט התרגשות "דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל מיר בקרוב צוזאמען גיין קעגן משיח צדקינו".


במשך דעם משתה היין מוצאי פורים האט די רבי שליט"א אנגעהאלטן מנהגו בקודש פארצוזינגען ניגוני התעוררות ודביקות מיט א געוואלדיגן התרגשות, צום ערשט דעם פיוט "אדון עולם" מיט'ן הייליגן ניגון וואס איז מקובל מבית מדרשו פונעם מעזריטשער מגיד זי"ע, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מוריד דמעות געווען מיט גרויס התרגשות און התעוררות. דערנאך די הייליגע ניגון פון הרה"ק רבי אייזיק'ל קאליבער זי"ע "גלות גלות ווי גרויס ביזטו" אנהייבנדיג מיטן ניגון לויט ווי די הייליגער קאלובער האט דאס געזינגען "וואלד וואלד ווי גרויס ביזטו, רויז רויז ווי ווייט ביזטו" און נאך.


עקסטער האט דער רבי שליט"א דאס יאר מוסיף געווען פארצוזינגען עטליכע נייע ניגונים, דעם ניגון וואס איז מקובל פון הייליגן קדושת לוי זי"ע אויף די הושענות "לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער" און דער פיוט פונעם הייליגן אבן עזרא זי"ע "צמאה לך נפשי" מיטן באקאנטן רירענדן ניגון וואס דער רבי שליט"א האט


פָאָ רגעזינגן פסקא בפסקא, און ספעציעל מעורר געווען ביים שטיקל פון "זכור אהבת קדומים" ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט א ספעציעלן התעוררות און התרגשות.


ביי איינס פון די דברות קודש ביים משתה היין האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט איבער דעם מצב אין ניו יארק און אויף אנדערע מקומות וואו מען האט זיך ליידער פארלייגט אויפ'ן ערליכן חינוך פון אידישע קינדער, ווי דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מ'וויל טשעפענען דעם חינוך פון אידישע קינדער. בלויז פאר'ן וועלן טשעפענען אידן, וועט דער אויבערשטער זיך אננעמען פאר אידן. דער אויבערשטער וועט העלפן אז זיי וועלן בכלל נישט קענען טשעפענען קיין אידן! אבער בלויז פאר'ן וועלן, פאר דעם אליינס וועט זיי קומען אן עונש! גלייך נאך די דברות קודש האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן צו זינגן דעם ניגון "וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק" וואס דער ציבור האט ממשיך געווען צו זינגן מיט גרויס התרגשות און דביקות במשך א לענגערע צייט.


אויך האט די רבי ארומגערעט בגודל מעלת הצדקה און אויפגעפאדערט דעם ציבור אז טראץ מען האט שוין געגעבן במשך דעם טאג אסאך געלט פאר צדקה, זאל מען אצינד נאכאמאל ביישטייערן פאר די קופת הצדקה פון 'אבני צדק' מיט פרישע סכומים, און די רבי האט מכבד געווען אלע וואס טראגן די נאמען 'יצחק' ארומצוגיין אויפן טיש נאך געלט.


שושן פורים האט די רבי אפגעראכטן דעם טיש אין בית מדרש הגדול אין וויליאמסבורג, ווי דער רבי שליט"א האט אויך מאריך געווען מיט דברי תורה, שירות ותשבחות, זייענדיג מעודד די שירה וזמרה בכל כחו, בתוך דבריו האט די רבי שליט"א ארומגערעט איבער די זכיה צו זיין א עבד פארן הייליגן באשעפער, און זיך דערביי ארויסגעלאזט אין א ריקוד אויפ'ן ניגון "אנא עבדא דקודשא בריך הוא" וואס מען האט איבערגעזינגן מיט א געוואלדיגן התלהבות און דביקות.


די רבי האט ווייטער ארומגערעט איבער גיין נאך געלט און דערביי מכבד געווען אלע וואס טראגן דעם נָאָמען "יעקב" ארומצוגיין נָאָך געלט, דערמיט מכניע צו זיין די קליפה פון עשיו הרשע. נאכדעם ווי עס האט זיך צונויפגעהויפט ריזיגע סכומים, האט דער רבי שליט"א וארעם אנגעוואונטשן פאר די נדיבים בעם, און איבערגעלאזט ברכת קדשו לכל העם הנאספים. דאן האט מען געהערט די פאסיגע דברי בדחנות פון ר' נחמן ליווי הי"ו וועלכער האט כדרכו, משמח געווען לכבוד היום מיט תוכנ'פולע ווערטלעך, און מיט דעם פרענדיגט די געהויבענע שמחה פון די ימי הפורים.